בס"ד · Satmara Niyesאידיש
Satmara Niyes Satmara Niyes

The news is written in Yiddish. Translate news to English

Wednesday25 Sivan 57866/10/2026

Report
מיטוואך שלח 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איז פארגעקומען די ברית'ן.
- לבן הנולד אצל ר' ישראל מאיר אקער הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
- לבן הנולד אצל ר' יואל נחמי' ראלניצקי הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
- לבן הנולד אצל ר' שמעון מערץ הי"ו - מאנטריאל, ווי דער רבי איז געווען סנדק.

דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף ויואל משה. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
- ב"ר שמשון אליעזר מארמארשטיין הי"ו.
- ב"ר אליעזר זוסיא פליישמאן הי"ו.

נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל ל"א פסוק כ'. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

ארום 6:45 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.

ארום 8:20 איז דער רבי אריבער אין די זאלן פון שאפינג סענטער צו די שמחת השבע ברכות צוגעשטעלט דורך הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א לרגל נשואי נכדתו למז"ט הכלה בת לבנו הר"ר משה הערש בערקאוויטש שליט"א.
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס בדברי הלכה בעניני נישואין, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, זיידעס, ובמיוחד פאר ידידו הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א, דערנאך האט זיך דער רבי אויפגעשטעלט טאנצן אינאיינעם מיט די גאנצע אויבנאן און דערנאך עקסטער מיטן חתן און מיט הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א. דער רבי האט פארלאזט די זאל ארום 8:35.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:40 ביז 12:40 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

ארום 9:10 איז דער רבי אראפ צו די זאלן בביתו נאוה קודש ווי דער רבי האט געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' משה אלי' פריעד הי"ו און הרה"ח ר' יעקב זאב כ"ץ הי"ו.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:40.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
👁 394