דאנערשטאג שלח 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף ברך משה. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
- ב"ר ישראל ברוין הי"ו.
- ב"ר יואל ב"ר ליפא רובין הי"ו.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה. און נאכן דאווענען פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל ל"א פסוק כ'. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
אין די נאכמיטאג שעות זענען אריין בקו''פ חברי הנהלת מוסדותינו הק' פון מאנסי און האבן געברענגט ה' קייטלעך לשמירה ולהצלחה וואס עס וועלן פארטיילט ווערן פאר די תלמידות בית רחל וועלכע האבן זיך מקבל געווען קבלת טובות בעניני טעכנעלאגיע, דער רבי האט געבענטשט די קייטלעך און אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
ארום 6:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
ארום 7:40 איז דער רבי אריבער אין שטוב פון הרה"ח ר' יצחק פעדער הי"ו לרפו"ש, ווי עס איז פארגעקומען א חתימת שטרות ווי בנו הרבני הנגיד ר' שלמה פעדער הי"ו פון וומסב''ג האט אפגעקויפט די זכות פון די נייע 'תקנות חתונה זאל' וועלכע ווערט געבויעט בבנין הבית רחל החדש 'בנין קליין' אין קר"י, פארן פאנטאסטישן סומע פון פינף מיליאן דאלער, דערביי זענען אנוועזנד געווען חברי הנהלת המוסדות און די חברי וועד החתונה תקנות.
הרה"ח ר' שלמה זלמן ווייס הי"ו אדמיניסטראטער פון מוסדות קרית יואל האט אויפגעטרעטן און פארגעשטעלט די מצב כהיום מיט די פילע תקנות זאלן וואס איז דא אין רק"י פאר חתונות, תנאים'ס, שבת שבע ברכות, און די שטארקע געברויך פאר נאך א חתונה זאל אין ק"י, דערביי האט זיך פארצויגן א שיינער שמועס איבער די פילע פעולות פון די וועד החתונה תקנות בעבר, ועוד ידם הנטויה בעז"ה מיט נאך פלענער אויף לעתיד.
דער רבי האט אינטערגעשריבן די שטרות אינאיינעם מיטן נדבן און די הנהלת המוסדות, געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו פאר ר' שלמה הי"ו, פאר אביו הרה"ח ר' יצחק הי"ו לרפו"ש, און פאר די גאנצע משפחה, און דערנאך משמיע געווען דב"ק און ארויסגעברענגט די גרויסע זכי' צו קענען העלפן א בנין פאר די בית רחל פון ווי עס וועלן בעז"ה ארויסקומען ערליכע אידישע מאמעס פון די קומענדיגע דור, און איבער די זכי' צו ארויסהעלפן אידן בעת שמחתם און מסיים געווען מיט ברכות לרוב.
דערנאך האט דער רבי געגעבן א מתנה פאר ר' שלמה הי"ו א זילבערנע צינדער מיט וואס דער רבי האט אנגעצינדן די לעכט איידער תפילת מעריב ליל ל"ג בעומר לכבוד התנא האלקי רבי שמעון בר יוחאי ביים מעמד הדלקה רבתי במקהלות רבוא רבבות ישראל. מען האט געענדיגט ארום 8:10.
זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:15 ביז 11:45 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
ארום 9:00 איז דער רבי אראפ אין די זאלן בביתו נאוה קודש ווי דער רבי האט געליינט די תנאים פון די מחותנים.
- הרה"ח ר' יו"ט ליפא וויינבערגער הי"ו און הרה"ח ר' אלי' יודא ראטה הי"ו.
- הרה"ח ר' יצחק וויינשטאק הי"ו און הרה"ח ר' יואל בר"ש רובינשטיין הי"ו.
נאך די תנאים'ס איז דער רבי אריין אין די נייע קאך וועלכע איז נארוואס פארענדיגט געווארן בביתו נאוה קודש ווי עס וועלן ווערן געקאכט די סעודות שב"ק פאר די פיר שבת שבע ברכות זאלן בביתו נאוה קודש, און פאר די פילע 'מכובד' זאלן אין פילע לאקאציעס איבער גאנץ קרית יואל פאר ביליגע פרייזן, דער רבי האט זיך אומגעקוקט אויף די קאך איינריכטונגען און דערביי געהערט א באריכט פון די חברי וועד החתונה תקנות און מאציל געווען מברכת קדשו.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 10:00 און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
