בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

מאנטאגל' סיון תשפ"ו6/15/2026

באריכט
שב''ק פרשת שלח - מברכים חודש תמוז 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

פארן זמן הדלקה"נ האט דער רבי אנגעטוהן די שטריימל פאר די חתנים.
- החתן יחזקאל יואל ב"ר חיים הערש סופר הי"ו.
- החתן יואל ב"ר אלכסנדר נחום גאטליעב הי"ו.
- החתן יונה ב"ר משה יחיאל מרדכי אראן הי"ו.

ארום 9:00 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד מעוטף בטליתו און צוגעגאנגען צו מנחה. קבלת שבת: הרה"ח ר' אהרן ניילענדער הי"ו (ירושלים). מען האט געענדיגט ארום 10:40. עס איז פארגעקומען אן אפיעל פאר די 'רינועל' ארגאנאזאציע. דער ציבור איז אריבער זאגן גוט שבת און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.

ארום 11:25 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור בהיכל המתיבתא אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה, און אנגעהויבן כדרכו בקודש שלום עליכם ברגש ובנעימה.
- אשת חיל: נכד רבינו הב' ישכר בער ט"ב ני"ו בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א.
- הגבהת הכוס: נכד רבינו הר"ר מאיר יודא אשכנזי שליט"א חתן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א.
- כל מקדש: נכד רבינו הרב דוד טייטלבוים שליט"א (ב''פ) בן הגה"צ רב דביהמ"ד ישראל שלום שליט"א.
- מנוחה ושמחה: הרה"ח ר' אהרן פאללאק הי"ו (ירושלים).

דער רבי האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'והתחזקתם ולקחתם מפרי הארץ' און געטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא פון מחשבה טובה הקב"ה מצרפה למעשה.

- קה אכסוף: הר"ר מאיר עמנואל האגער שליט"א (ב"ב).
- ברכת המזון: הגה"צ ר' שלמה רובין שליט"א רב דביהמ"ד ציעשנוב קר"י.

עובדות וסיפורים די וואך האט רבינו שליט''א דערציילט פונעם הייליגן הפלאה זיע''א וואס די יארצייט געפאלט פרייטאג ד' תמוז.

- קה רבון עלם: הר"ר אהרן יקותיאל בערקאוויטש שליט"א (מאנסי).
די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען פירות.
- אז ביום השביעי: הרה"ח ר' דוד מאיר ווייס הי"ו (ירושלים).
מען האט געענדיגט ארום 2:00.

וביום השבת

שב''ק אינדערפרי איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 9:40.
- ברכות: הרה"ח ר' יואל בר"ח פעקעטע הי"ו.
- פסוקי דזמרה: הרה"ח ר' מענדל פרענקל הי"ו.
דער רבי איז צוגעגאנגען צו שחרית.

- הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' שמואל זאנוויל פאלאטשעק הי"ו.
- פסוקי שמע ישראל: הרה"ח ר' משה הערש בערקאוויטש הי"ו.
- הולכת הס"ת לבימה: הרה"ח ר' יושע פנחס ווייס הי"ו.
עליות.
- כהן: ר' יחיאל שלמה ברי"א פריעדמאן הי"ו.
- לוי: החתן מרדכי בן הר"ר אברהם יושע בר"מ ווערצבערגער שליט"א.
- שלישי: הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א.
- רביעי: החתן יחזקאל יואל ב"ר חיים הערש סופר הי"ו - באווארפען.
- חמישי: החתן מאיר ישראל ב"ר יצחק בער פרענקל הי"ו - באווארפען.
- שישי: רבינו שליט''א.

נאכן עולה זיין האט דער רבי קורא שם געווען לרגל הולדת הבת אצל:
- ר' קלמן אליעזר בר"א גרובער הי"ו.
- ר' אלי' ברי"י לעווי הי"ו.
- ר' שמעון בר"א בערגער הי"ו.

- שביעי: החתן אשר לעמיל ב"ר שלום יוסף סאמעט הי"ו - באווארפען.
- הוספה: החתן איתמר טובי' ב"ר יואל פעקעטע הי"ו - באווארפען.
- אחרון: החתן יצחק ב"ר יואל ברז"ל אינדיג הי"ו.
- מפטיר: ר' שמעון ב"ר צדוק היילברוין הי"ו, און דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת בתו למז''ט.
- הגבה: הרה"ח ר' ישראל יעקב סופר הי"ו.
- גלילה: הרה"ח ר' שלום יוסף סאמעט הי"ו.
נאכן ליינען האט רבינו שליט"א ראש חודש געבענטשט מיט גרויס התעורורות.

- מוסף: הר"ר יחזקאל יואל סאמעט שליט"א (וומסב''ג).
- פתיחה צו אנעים זמירות: הרה"ח ר' דוד ישעי' געלב הי"ו (לאנדאן).
מען האט געענדיגט ארום 12:30.

ארום 7:40 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ"ד צו פרקי אבות, דער רבי האט זיך געשטעלט אויף פרק ג' משנה י"ז ראב"ע אומר אם אין תורה אין דרך ארץ אם אין דרך ארץ אין תורה, דער רבי האט עס אויסגעטייטשט אויף 12 מהלכים בדרך דרוש ואגדה, און דערנאך ממשיך געווען בדברי מוסר און צווישן אנדערע מעורר געווען איבער דעם חורבן פון Ai און אויפגעפאדערט צו טוהן וואס מען קען דערווייל טוהן מיטן בלאקירן די Ai נומערן פון די היים טעלעפאון און די סעלפאונס, אזוי אויך מעורר געווען איבער די פראבלעמען וואס מאכן זיך אין די ארבעטס פלעצער בהלכות יחוד וקירבה בין איש לאשה, און מחזק געווען 'מכון עבודה כהלכה' וועלכע קומט אראפ צו די אפיסעס און ארבעטן אויס אז אלעס זאל זיך פירן כשורה בכל ענינים, און ארויסגעברענגט אז די יעצטיגע טעג זענען ימי שמחה אין קהלתינו הק' ווען טויזענטער לומדי חבורת תורתך שעשועי זענען מסיים מסכת שבת און הייבן אן מסכת עירובין, און מסיים געווען בדברי ברכה לרגל די ימי הקיץ הבעל"ט און אנגעוואונטשן מען זאל האבן א שמירה ברוחניות ובגשמיות. מען האט געענדיגט ארום 8:30 און דער רבי איז אריין בחדרו הפרטי.

רעוא דרעווין

דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת מנחה ארום 9:00.
- בעל תפילה: הרה"ח ר' אלחנן טויב הי"ו.
- הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' יצחק בער פרענקל הי"ו.
- כהן: הרה"ח ר' אברהם ידא וויינפעלד הי"ו.
- לוי: הרה"ח ר' חיים וואזנער הי"ו (שיכון סקווירא).
- שלישי: הר"ר אהרן יקותיאל בערקאוויטש שליט"א.
- הגבה: רבינו שליט''א.
- גלילה: הרה"ח ר' יוסף יהושע עפשטיין הי"ו (וומסב''ג).

זמירות ביי של"ס האט דער רבי מכבד געווען.
- אודה הרה"ח ר' נח גפן הי"ו.
- שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.

דער רבי האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'והתחזקתם ולקחתם מפרי הארץ' און געטייטשט אז בדורות הראשונים האט זיך אויסגעפעלט תעניתים און סיגופים כדי צו קענען תשובה טוהן, אבער בימינו אלה ווען עס איז אזא שוואכע דור פארלאנגט נישט הקב"ה פון אונז מער ווי א תשובה מועטת, בלויז א חרטה על העבר וקבלה טובה על העתיד, און שטארק ארומגערעדט איבער דאס חשיבות פון יעדע פעולה קטנה פון א איד, יעדע קאפיטל תהילים, יעדע קבלה טובה, יעדע ערליכע תפילה, וכו' האט הקב"ה א שטארקע קורת רוח און מען זאל עס נישט נעמען פאר לייכט.

- ידיד נפש: הרה"ח ר' נפתלי אונגאר הי"ו (וומסב''ג).
- קל מסתתר: הרה"ג ר' דוד הירש שליט"א מו"ץ בקהלתינו וומסב''ג.
דער רבי האט געבענטשט על הכוס.

- מעריב מוצש''ק: הרה"ג ר' דוד הירש שליט"א.
נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך, מען האט ארויסבאגלייט רבינו שליט"א מיט כי מלאכיו לרגל דאס אפרייזן דעם מאנטאג קיין מאנטרעאל אויף א קורצע ביקור קודש בקרב קהלתינו ומוסדותינו הק'.
מען האט געענדיגט ארום 11:15.

ארום 12:15 זענען אריין בקו''פ הרה"ג ר' יואל יצחק שטערן שליט"א דומ"ץ ביהמ"ד דינוב קר"י ומרבני המכשירים בבית האופה, אינאיינעם מיט הרה"ח ר' יואל שלמה זאלדאן הי"ו - מנהל בית האופה קר"י, און האבן איבערגעגעבן א באריכט פונעם הערליכן ווייץ שניט וועלכע איז פארגעקומען פארגאנגענע וואך אין יומא אריזאנע ווי מען האט ב"ה געשניטן טויזענטער פונט ווייץ פאר די געברויך פון די בית האופה דקהלתינו הק' אין קר"י און אין וומסב''ג, דער רבי האט א לענגערע צייט אויסגעשמועסט מיט זיי אלע פרטים און אויסגעדריקט גרויס קורת רוח פון די הצלחה'דיגע און מהודר'דיגע שניט.

אויך זענען אריין בקו''פ תלמידי מתיבתא תפארת שאול פון לעיקוואד בהנהלת הרה"ג ר' עזריאל רוקאנסקי שליט"א נאכן וויילן אויף שב"ק אין קרית יואל המורחבת, עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס מיטן ראש ישיבה שליט"א איבער די השתלשלות הישיבה און דערנאך זענען אלע בחורים אריבער מקבל זיין ברכת הקודש, און דער רבי האט געגעבן ספרו לב אהרן פארן ראש ישיבה שליט"א.

דערנאך איז פארגעקומען א כתיבת האותיות פאר די ספר תורה וואס ווערט געשריבן דורך הרה"ח ר' ישראל פערל הי"ו און איז אריינגעגעבן געווארן זונטאג אין ביהמ"ד הגדול, דער רבי האט אריינגעשריבן עטליכע אותיות געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו פאר ר' ישראל וכל משפחתו.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️