בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

פרייטאגד' תמוז תשפ"ו6/19/2026

באריכט
זונטאג קרח 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' מענדל גרשון בר"ב פעלדמאן הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.

דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף קדושת יואל. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
- ב"ר יעקב ברי"מ פריעדמאן הי"ו.
- ב"ר יקותיאל זלמן צבי ווידער הי"ו.
- ב"ר אברהם קליין הי"ו.

נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל ל"א פסוק ח'. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

ארום 3:30 איז דער רבי אנגעקומען אין די זאלן פון גינת אסתר אין וומסב''ג באשיינען די חומש סעודה פון די קרוב צו דריי הונדערט תלמידי מוסדותינו הק' פון וומסב''ג.
די ילדי התשב"ר האבן מקבל געווען דעם רבי'ן מיט שיינע חרוזים לכבוד המאורע און ניגונים פון לימוד התורה, און עס האבן אויפגעטרעטן די מנהלים הר"ר חיים ראובן שעהנברוין שליט"א און הר"ר מרדכי ארי' שפיטצער שליט"א.
דערנאך האט אויפגעטרעטן הגה"צ אבד''ק וומסב''ג שליט"א וועלכע האט ארויסגעברענגט ברגשי לבבו די דערהויבנקייט פונעם מעמד. דאן האבן די קינדער פארגעזאגט די פסוקי חומש פון פרשת ויקרא, אנגעפירט דורכן מלמד מומחה הר"ר יואל טויב שליט"א.
דער רבי האט געטרינקן לחיים, און אנגעוואונטשן פארן גאנצן ציבור, און משמיע דב"ק לכבוד די חתני החומש נאכזאגענדיג פונעם חתם סופר אז התחלה איז חצי הכל, און דאס איז די גרויסע שמחה ביים אנהייבן לערנען חומש אז מען וועט אי"ה ממשיך זיין מיט חומש רש"י, גמרא מיט תוספות וכו', און מסיים געווען מברכת קדשו.
דערנאך זענען אלע קינדער אריבער און דער רבי האט פארטיילט א תהילים פאר אלע קינדער, דערנאך זענען אריבער אלע מלמדים און דער רבי האט אנגעוואונטשן ברכת קדשו. מען האט געענדיגט ארום 4:30.

פון דארט איז דער רבי אריבער צום מעמד 'בנוי לתלפיות' חנוכת הבית פונעם בנין הבית רחל החדש 'בנין אברהם יודא מאנדל' שע"י מוסדותינו הק' וומסב"ג, פארגעקומען אינאיינעם מיט די גדולי נדיבי הבנין, אינעם נייעם חתונה זאל בבנין הבית רחל החדש.
ביים אנקומען איז דער רבי ארויף אויף די העכערע שטאקן פונעם בנין און זיך אומגעקוקט אויף די קלאסן.
דערנאך איז דער רבי אראפ אויפן ערשטן שטאק צום מעמד חנוכת הבית, דער יושב ראש הרה"ח ר' נחמן ליווי הי"ו האט ממשיך געווען מיט זיין דרשה, און עס האבן אויפגעטרעטן הרה"ח ר' מרדכי אלעזר הירש הי"ו וועלכע האט זיך באדאנקט פאר די עסקנים און נדיבים בעם.
דערנאך האט הרבני הנגיד ר' אברהם בראך הי"ו מראה"ק ומגדולי נדבני הבנין אויפגערופן הרבני הנגיד ר' יחזקאל דוד בערקאוויטש הי"ו צו משמיע זיין דעם דבר המעמד. ר' יחזקאל דוד הי"ו האט פארגעשטעלט די השתלשלות פון די פראבלעמען וואס די מוסדות איז אדורך אין די לעצטע צען יאר, און איבער די פראבלעמען צו בויען דעם בנין הבית רחל און אויסגערעכנט די גרויסע נדבות פון די נגידי אנ''ש.
דערנאך איז פארגעקומען דער מעמד חתימת שטרות ווי די צענדליגער נדבנים האבן געהאט די געלעגענהייט אינטערצושרייבן די שטרות אפצוקויפן גרעסערע זכותים אינעם בנין הבית רחל, דער רבי האט אינטערגעשריבן די שטרות אינאיינעם מיט יעדע נדבן באזונדער און מאציל געווען מברכת קדשו, עקסטער האט דער רבי גאר ווארעם אנגעוואונטשן ברכת קדשו פארן נדבן שם הבנין הרבני הנגיד ר' אברהם יודא מאנדל הי"ו.

דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן גאנצן ציבור, און משמיע געווען דב"ק און ארויסגעברענגט אז דורך מחנך זיין ערליכע אידישע טעכטער איז מען זוכה צו השראת השכינה, במילא איז א גרויסע שמחה היינט ווען מען איז מחנך א נייע בנין פאר די בית רחל וועלכע פירט זיך ע"ד המסורה לנו פון רבותיה"ק זיע''א און איז מיוסד אויף תורה, יראת שמים, און צניעות, און דאס וועט זיכער אראפברענגען אלע השפעות טובות פאר די נדבנים, און אנגעוואונטשן ברכות לרוב פאר אלע נדבנים, דער רבי האט ממשיך געווען זאגענדיג אז רעדענדיג יעצט צו בעלי בתים איז דא די פלאץ צו רעדן פון די רעיון 'תורתו אומנתו' וועלכע ברענגען אראפ א תלמיד חכם אין די ביזנעס צו לערנען יעדן טאג עטליכע מינוט מיט יעדע ארבעטער, און שטארק מחזק געווען די רעיון און געזאגט אז דאס ברענגט אריין א רוח תורה אין די ארבעט און נישט נאר וואס עס ברענגט נישט מען זאל ארבעטן ווייניגער נאר אדרבא עס מאכט אז די ארבעטער זאל ארבעטן בעסער אין די איבריגע שעות, און מסיים געווען בברכת קדשו.
מען האט געענדיגט ארום 6:20, אויפן וועג ארויס האט דער רבי ווארעם אנגעוואונטשן פאר די הנהלת המוסדות און פאר אלע עסקנים.

ארום 7:30 איז דער רבי אנגעקומען צום אטריום זאל אין מאנסי לפאר בראש מסיבת הסיום פון מסכת שבת והתחלת מסכת עירובין במסגרת חבורת תורתך שעשועי שע"י חברי קהלתינו הק' פון מאנסי.
הר"ר יואל שלעזינגער שליט"א מגי"ש בקהלתינו הק' האט ממשיך געווען מיט זיין דרשה.
דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן גאנצן ציבור, און משמיע געווען דב"ק און ארויסגעברענגט די שמחה אז עס זענען דא אריבער פיר הונדערט חברי קהלתינו הק' תושבי מאנסי וועלכע זענען מסיים מסכת שבת, און עס איז ברור אז עס האט געטוישט די וואס האבן עס געלערנט און געחזר'ט, מען ווערט א שטיק תורה, און דער רבי האט מחזק געווען די מסיימים מען זאל קענען ווייטער ממשיך זיין מיט מסכת עירובין און נאכדעם ביז סוף ש"ס, און מסיים געווען מיט ברכות לרוב.

אויפן וועג ארויס האט דער רבי איבערגעגעבן א מתנה א לעדערנע גמרא מסכת עירובין פאר הרבני הנגיד ר' חיים לעבאוויטש הי"ו פון וומסב''ג - מגדולי פטרוני החבורה אין מאנסי, אויך זענען צוגעגאנגען די הנהלה פון 'מאנסי עירוב' מקבל זיין ברכת הקודש לרגל די בעפארשטייענדע קאמפיין בקרב קהלתינו הק', דער רבי האט געהערט א באריכט פון די כסדר'דיגע פעולות לטובת העירוב און אנגעוואונטשן ברכת קדשו.

אזוי אויך האט דער רבי געגעבן א מתנה פאר די נדבני הסיום ר' מאיר ברא"ל טייטלבוים הי"ו און ר' יואל ניסן פריעדמאן הי"ו.

ארום 7:50 האט דער רבי פארלאזט דעם זאל אויפן וועג קיין קר"י.

ארום 8:15 איז דער רבי אנגעקומען אין ביהמ"ד הגדול צו די הכנסת ספר תורה אריינגעגעבן געווארן דורך הרה"ח ר' ישראל פערל הי"ו, דער רבי האט איבערגענומען די ספר תורה און אפגעראכטן די ריקודי קודש א לענגערע צייט, און דערנאך פארגעזאגט לדוד מזמור כנהוג און אנגעוואונטשן פאר הרה"ח ר' ישראל הי"ו בנו הרה"ח ר' וואלף הי"ו און אלע בני המשפחה.
נאך עטליכע מינוט איז דער רבי אריינגעקומען צו תפילת מנחה בהיכל הביהמ"ד.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 9:00 ביז 12:15 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

בעת די זמני כניסה איז דער רבי אראפ אין די זאלן בביתו נאוה קודש ווי דער רבי האט געליינט די תנאים פון די מחותנים.
- הרה"ח ר' יואל ברש"א זארגער הי"ו און הרה"ח ר' יואל בר"מ לעווי הי"ו.
- הרה"ח ר' שמעון זושא לעווי הי"ו און הרה"ח ר' יצחק מאשקאוויטש הי"ו.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:30 און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️

ביקור קודש פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א בקרב קהלתינו ומוסדותינו הק' אין מאנטרעאל יצ''ו - מאנטאג קרח א' דר"ח תמוז

דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף דברי יואל, און איז צוגעגאנגען צו הלל און ביים ליינען עולה געווען רביעי.

נאכן דאווענען האט מען ארויסבאגלייט רבינו שליט"א בשירה וזמרה מיט כי מלאכיו לרגל דאס אפרייזן קיין מאנטרעאל אויף א קורצע ביקור קודש בקרב קהלתינו ומוסדותינו הק'.

ארום 1:15 האט דער רבי פארלאזט ביתו נאוה קודש אויפן וועג צום סטוארט לופטפעלד ווי דער רבי האט זיך געהויבן ארום 2:00 מיט א פריוואטע פליגער אויפן וועג קיין מאנטרעאל.

ברוך הבא בשם ה'

ארום 2:50 האט די פליגער געלאנדעט אינעם מאנטרעאל אינטערנעשענעל עירפארט ווי דער רבי איז אפגעווארט געווארן דורך פילע אנ''ש אין שפיץ פון הרב הגאון ר' מענדל ווערצבערגער שליט"א דומ"ץ קהלתינו הק' און ראשי ופני קהלתינו הק', דער רבי האט זיך ווארעם באגריסט מיטן ציבור און דער גאנצע ציבור איז אריבער שלום נעמען.

ארום 3:10 האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אויפן וועג קיין קרית טאהש, דער רבי איז אנגעקומען קיין קרית טאהש ארום 3:45 און איז אפגעווארט געווארן דורך חברי הנהלת קרית טאהש וחברי הנהלת הקהילה.
דערנאך איז דער רבי ארויף אין שטוב פון הרה"ח ר' מרדכי ווידער הי"ו ווי עס זענען אנוועזנד געווען די דייני קרית טאהש הרב הגאון ר' יואל הערש מאשקאוויטש שליט"א און הרה"ג ר' יונה פישער שליט"א און נאך פילע אנ"ש ויוצאי ישיבתינו הק' תושבי קרית טאהש, עס האט זיך פארצויגן א שיינער שמועס מיט זכרונות פון די באזוכן פון רבותינו הק' בעל דברי יואל ובעל ברך משה זיע''א אין מאנטרעאל און אין קרית טאהש.
דערנאך איז פארגעקומען א חתימת שטרות ווי הרה"ח ר' מרדכי הי"ו האט אפגעקויפט א זכות פון א כתה בבנין הת"ת החדש פון מוסדותינו הק' אין מאנטרעאל, אזוי אויך האבן נאך עטליכע מאנ"ש זיך אונטערגענומען גרויסע סכומים פאר מוסדותינו הק' און אלעס אינאיינעם איז אריינגעקומען קרוב צו א האלב מיליאן דאלער, דער רבי האט אינטערגעשריבן די שטרות אינאיינעם מיטן נדבן און די הנהלת המוסדות געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו.

דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דב"ק אויפן פסוק 'כי כל העדה כולם קדושים' און ארויסגעברענגט אז אויב מען איז נזהר צו רעדן נאר אמת ווערט באשאפן א מלאך וואס העלפט אים בייקומען די יצר הרע וואס פרובירט צו מצבע זיין עבירות פאר מצוות, אזוי אויך איז לימוד התורה מאירת עינים און לייכט אויף די אויגן צו קענען זעהן וואס איז א מצוה און וואס איז א עבירה, דער רבי האט ארויסגעברענגט לשבח פון אנ"ש תושבי קרית טאהש ווי פילע אנ"ש האבן זוכה געווען יעצט צו מסיים זיין מסכת שבת במסגרת חבורת תורתך שעשועי דקהלתינו הק', און מאריך געווען בשבח פון קרית טאהש 'כי כל העדה כולם קדושים' א חשוב'ע און ערליכע שטעטל מיסודו פון כ"ק אדמו"ר מטאהש זצ"ל וואס האט דרס אויפגעשטעלט מיט מסירת נפש און ווערט געפירט תחת דגלו והדרכתו פון כ"ק אדמו"ר מטאהש שליט"א, דער רבי האט געזאגט אז נאר איינער וואס קומט פון קרית יואל קען פארשטיין די מעלות און די חשיבות פון וואוינען אין א לויטער אידישע און חסידישע שטאט, און מסיים געווען בברכת קדשו.

פון דארט ארום 4:30 איז דער רבי אריבער אויף א באזוך ביי כ"ק אדמו"ר מטאהש שליט"א, דער טאהשער רבי האט מקבל פנים געווען ביי די טרעפּ, עס האט זיך פארצויגן א שיינער שמועס בסיפורי בית סיגוט ובשבח פון קרית טאהש, האדמו"ר מטאהש שליט"א האט מכבד געווען רבינו שליט"א מיט לחיים און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו, און טאהשער רבי האט ארויסבאגלייט רבינו שליט''א ביז צו די קאר.

ארום 4:50 האט דער רבי פארלאזט קרית טאהש אויפן וועג קיין מאנטרעאל.
ביים אנקומען אין מאנטרעאל ארום 5:30 איז דער רבי צום ערשט ארויף אויף א פריוואטע באזוך ביי גיסו הגה"צ אבד''ק מאנטרעאל שליט"א, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס מיטן רב שליט"א און די בני המשפחה, ער האט מכבד געווען רבינו שליט''א מיט לחיים און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו און פאר אחותו הרבנית תליט"א, און האט ארויסבאגלייט רבינו שליט''א ביז צו די קאר.

פון דארט ארום 6:00 איז דער רבי אנגעקומען בבית מדרשינו הגדול ווי עס האבן אפגעווארט צענדליגער אנ''ש וועלכע האבן מקבל פנים געווען רבינו שליט''א בשירה וזמרה, אויך האט זיך דער רבי ווארעם באגריסט מיט ידידו הגה"צ אבד''ק ראשית חכמה שליט"א.
דער רבי איז ארויף בהיכל כוללינו בבית מדרשינו הגדול צום מעמד קבלת פנים מיוחד דורך די לומדי הכולל, עס האט אויפגעטרעטן דער ראש הכולל הרה"ג ר' יודל שטערן שליט"א וועלכע האט מקבל פנים געווען רבינו שליט"א בשם די לומדי הכולל.
דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פאר הגה''צ אבד''ק ראשית חכמה שליט''א, פארן ראש הכולל שליט''א און די לומדי הכולל, און משמיע געווען דב"ק אויפן פסוק 'כי כל העדה כולם קדושים ובתוכם ה' און געטייטשט אז דורך לימוד התורה ווערן אלע מעשים פון א מענטש בטל לצורך גבוה, און מען מעג הנאה האבן פונעם לערנען, און מאריך געווען בשבח פון קהילתינו הק' אין מאנטרעאל בכלל, ובפרט דער כולל אין מאנטרעאל, וואו קרוב צו הונדערט אינגעלייט זיצן און הארעווען און שטייגן אין תורה, און ממשיך געווען מיט הדרכה פאר כולל אינגעלייט, ובפרט איבער אויפשטיין פארטאגס לערנען בעפארן דאווענען, לערנען ברציפות אן קיין הפסק, בעיון ובהבנה, פארשטיין וואס מען לערנט, און חזר'ן די לימודים און זיך לאזן פארהערן, לערנען תורה בטהרה, גיין אין מקוה יעדן טאג, וכו', אזוי אויך דארף די התנהגות פון א כולל יונגערמאן זיך דערקענען, נישט נאר ווען ער זיצט אין בית המדרש און זיצט אין כולל, נאר זיין גאנצע התנהגות מן הבקר ועד ערב, "בשבתך בביתך ובלכתך בדרך", ביים דאווענען, מען דארף דאווענען במתינות אזוי אז מען זאל דערקענען אז דאס איז א בן תורה וואס דאווענט, באזונדער האט דער רבי אויפגעפאדערט צו שטיין על המשמר אויף די צניעות אין שטוב כהוראות רביה"ק זיע''א, און מסיים געווען בברכת קדשו. מען האט געענדיגט ארום 6:30,

נאך עטליכע מינוט איז דער רבי אריינגעקומען צו תפילת מנחה בהיכל הביהמ"ד.
פאר מנחה איז אריבערגעקומען שלום נעמען הגה"צ רבי יוחנן וואזנער שליט"א ראב"ד סקווירא, און עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס און דערביי האט הגה''צ רבי יוחנן שליט''א איבערגעגעבן פאר רבינו שליט''א די נייע באנד פון ספרו חיי הלוי.
- בעל תפילה: הרה"ח ר' יעקב צימערמאן הי"ו.
נאך מנחה איז דער גאנצער ציבור אריבער שלום נעמען פון רבינו שליט"א.
ארום 7:00 האט דער רבי פארלאזט בית מדרשינו הגדול אויפן וועג צום אכסניא אין שטוב פון הרה"ח ר' משה ישעי' ווערצבערגער הי"ו מראה"ק.

ארום 8:00 איז דער רבי אריבער אין שטוב פון הרבני הנגיד ר' מרדכי קאהן הי"ו ווי ר' מרדכי הי"ו האט מנדב געווען א ריזן סכום לטובת בנין הת"ת החדש פון מוסדותינו הק', עס האט זיך פארמירט א שיינע תורה'דיג שמועס מיט הרה"ח ר' מרדכי הי"ו און זיינע חשובע קינדער, און דערביי האט ר' מרדכי הי"ו איבערגעגעבן א גריס פון כוללינו הק' ווי טייל פון זיינע אייניקלך ציילן זיך מחשובי הלומדים, און האט ארויסגעברענגט דער שם טוב פונעם כולל אלץ א שם דבר אין די גאנצע שטאט. אזוי אויך האט דער רבי דערביי פארהערט טייל פון זיינע אייניקלעך מתלמידי הישיבה קטנה, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פאר הרה"ח ר' מרדכי הי"ו און פאר זיין גאנצע משפחה.

פון דארט ארום 8:40 איז דער רבי אריבער אין שטוב פון הרה"ח ר' אברהם הערש פריעד הי"ו ווי עס איז פארגעקומען א חתימת שטרות ווי ער האט אפגעקויפט די זכות פון א כתה בבנין הת"ת החדש, עס האט זיך פארצויגן א שיינער שמועס, דער רבי האט אינטערגעשריבן די שטרות אינאיינעם מיטן נדבן געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו.

דערנאך ארום 9:00 איז דער רבי אריבער אין שטוב פון הרה"ח ר' ברוך מרדכי אבערלענדער הי"ו ווי עס איז פארגעקומען א באנקעט לטובת די בנין הת"ת החדש פון מוסדותינו הק'.
עס האט אויפגעטרעטן זיין איידעם הרה"ג ר' חיים אלעזר הירשפעלד שליט"א מו"ץ בקהלתינו הק', מען האט געזינגען עטליכע ניגונים, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן גאנצן ציבור, און משמיע געווען דב"ק אויפן פסוק 'כי כל העדה כולם קדושים' און נאכגעזאגט א ייטב לב וואס האט דאס אויסגעטייטשט אז דורכדעם וואס א מענטש גיבט אוועק פון זיין געלט פאר צדקה, מיט דעם ווייזט ער אז ער איז גרייט אויף מסירת נפש פארן אויבערשטן, דער רבי האט מאריך געווען בשבח פון מוסדותינו הק' אין מאנטרעאל, וואס אין די קורצע צייט וואס די תלמוד תורה איז אפן, האט יעדער איינער געזען אז ס'איז א חשוב'ע און הייליגע תלמוד תורה, און נאכגעזאגט פון עצי חיים אז דורכדעם וואס א איד געט געלט פאר צדקה באקומט ער צוריק די געלט פון הקב"ה און די געלט איז זיכער ריינע ערליכע געלט, דערנאך האט דער רבי מעודד געווען דעם ציבור ארויסצוהעלפן די מוסדות הק', און מסיים געווען מיט ברכות לרוב פאר אלע נדבנים.

דערנאך איז פארגעקומען די מעמדי חתימת שטרות ווי קרוב צו פופציג אנ''ש האבן זיך אינטערגענומען פון אכצן טויזנט דאלער און העכער לטובת המוסדות, דער רבי האט אינטערגעשריבן די שטרות אינאיינעם מיט יעדן באזונדער און ווארעם אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
מען האט געענדיגט ארום 10:00 און דער רבי איז אהיים לבית האכסניא.

ארום 10:10 האט דער רבי געדאווענט מעריב בבית האכסניא.
- בעל תפילה: הב' שמשון בהר"ר מרדכי וועבערמאן שליט"א.

נאך מעריב איז פארגעקומען זמני כניסה בקו''פ ווי הונדערטער אנ"ש האבן געהאט די געלעגענהייט אריינצוגיין לברך ולהתברך, אויףא ספעציעלע סדר, וואס האט זיך פארצויגן ביז נאך 2:00 אויפדערנאכט.

בעת די זמני כניסה זענען אריין בקו''פ הנהלה וראשי כוללינו אין מאנטרעאל, הרה"ג ר' יודל שטערן שליט"א ראש הכולל האט פארגעשטעלט פאר רבינו שליט"א די בליה און וואוקס פון די כולל מיט אירע קרוב צו הונדערט לומדי הכולל, דערנאך האט דער רבי פארטיילט א מתנה פאר די גדולי תומכי הכולל און מאציל געווען מברכת קדשו.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️

ביקור קודש פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א בקרב קהלתינו ומוסדותינו הק' אין מאנטרעאל יצ''ו - דינסטאג קרח ב' דר"ח תמוז

אינדערפרי איז די רבי געגאנגען אין די מקוה טהרה וואס רביה"ק בעל דברי יואל זיע''א האט געכשרט ביי זיין באזוך אין מאנטרעאל בשנת תשי"ז.

ארום 9:50 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען בהיכל בית מדרשינו הגדול צו תפילת שחרית אינאיינעם מיט פילע אנ''ש, בחורי שלומינו, און די ילדי תשב"ר.
פארן דאווענען האט זיך דער רבי אומגעקוקט אויף די לימודים און זיך מפלפל געווען מיט די בחורים און קינדער אין די לימודים א לענגערע צייט מיט גרויס קורת רוח.

ארום 10:10 האט דער רבי געלייגט טלית ותפילין בהיכל הביהמ"ד, פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פארן בר מצוה בחור ב"ר יואל ב"ר נפתלי יעקב דרעזדנער הי"ו.
- בעל תפילה: ר' משה ברא"ב שפיטצער הי"ו.
דער רבי איז צוגעגאנגען צו הלל בלהב אש קודש.

- פתיחה: הרה"ח ר' יודא משה געלב הי"ו.
- בעל קורא: הר"ר נתן בנימין עקשטיין שליט"א.
- כהן: משב"ק הרה''ח ר' שמואל הכהן פריעדמאן הי''ו.
- לוי: הרב הגאון ר' מענדל ווערצבערגער שליט"א דומ"ץ קהלתינו הק'.
- שלישי: הרה"ח ר' ישראל בלייער הי"ו.
- רביעי: רבינו שליט"א.
- הגבה: הרה"ח ר' חיים לעווי הי"ו (וויען).
- גלילה: הרה"ח ר' יוסף גרינפעלד הי"ו.

- מוסף: הרה"ג ר' יואל אשר פישער שליט"א מו"ץ בקהלתינו הק'.

נאכן דאווענען ארום 12:15 איז פארגעקומען די מעמד קבלת פנים דורך די ילדי תשב"ר בהיכל הביהמ"ד, די קינדער האבן געזינגען ניגונים און חרוזים לכבוד המאורע, און עס האט אויפגעטרעטן הרה"ג ר' אפרים זלמן מרגליות שליט"א מו"ץ בקהלתינו הק' וועלכע האט ארויסגעברענגט די הכנה וואס די קינדער האבן זיך צוגעגרייט צום ביקור קודש.
דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן דיין שליט''א, פאר אלע מורי צדק דקהלתינו הק', און פאר אלע קינדער, און משמיע געווען דב''ק אויפן פסוק 'כי כל העדה כולם קדושים' און ארויסגעברענגט די חשיבות פון לימוד התורה פון תשב"ר, און ממשיך געווען מיט הדרכה פאר די קינדער און מעורר געווען זיך צו פירן מיט דרך ארץ צו די עלטערן און מלמדים, זיך פירן מיט מידות טובות סיי בין אדם למקום און סיי בין אדם לחבירו, די גנות פון מידת השקר, דאווענען אין א סידור און מיט כוונה, און מסיים געווען בברכת קדשו.
נאך די דב"ק האט דער רבי פארטיילט א געבענטשטע מטבע פאר אלע קינדער. מען האט געענדיגט ארום 1:00.

דערנאך איז דער רבי אראפ אינעם היכל התורה ווי עס איז פארגעקומען א מסיבת לחיים וקבלת פנים דורך די קרוב צו הונדערט בחורי ישיבה קטנה פון קהלתינו הק', מען האט געזינגען עטליכע ניגונים און עס האט אויפגעטרעטן הרה"ג ר' יואל אשר פישער שליט"א ר"מ בישיבה, וועלכע האט מקבל פנים געווען רבינו שליט"א בשם די בחורים און ארויסגעברענגט די הכנה מיט וואס די בחורים האבן זיך צוגעגרייט צו די באזוך פון רבינו שליט"א, דערנאך האט מען איבערגעגעבן פאר רבינו שליט"א א מנחת ביכורים פון אריבער פינף טויזענט שעות רציפות וואס די בחורים האבן געלערנט אלץ הכנה צום באזוך אין די פארגאנגענע וואכן.
דער רבי האט משמיע געווען דב"ק און ארויסגעברענגט אז ווען איינער פירט זיך במידת חסידות לפנים משורת הדין פירט זיך הקב"ה מיט אים אויך לפנים משורת הדין און איז מקיים מצוות פריקה וטעינה און העלפט די מענטש בייקומען זיין יצר הרע טראץ הקב"ה איז א זקן ואינו לפי כבודו, אזוי אויך איז דא א הלכה ביי פריקה וטעינה אז עס דארף זיין 'בעליו עמו' און נאר אויב יענער העלפט אויך נאר דעמאלטס דארף מען יענעם העלפן, און מעורר געווען די בחורים זיך צו פירן ווי א חסידישע בחור, גיין אין מקוה, זיך שאקלען ביים דאווענען, הארעווען אויף תורה פארשטיין וואס מען לערנט, פארשטיין א קשיא און די תירוץ, און די חילוקים פון איין תירוץ און די אנדערע, און מעורר געווען אויפצושטיין פארטאגס לערנען פארן דאווענען, דאווענען מרישא ועד גמירא פון ברכות ביז עלינו, זיך היטן אויף די אויגן ווען מען גייט אויפן גאס, און מסיים געווען בברכת קדשו פאר די בחורים און די רמ"י הישיבה.
דערנאך האט דער רבי פארטיילט א מתנה ספר אמרי יואל לחדשי הקיץ פאר אלע בחורים. מען האט געענדיגט ארום 1:40 און דער רבי איז אהיים לבית האכסניא.

בבית האכסניא איז פארגעקומען א אסיפה בקו''פ אינאיינעם מיט אלע מורי הוראה פון קהלתינו הק' ווי מען האט א לענגערע צייט אויסגעשמועסט פארשידענע עניני הוראה והשקפה בנוגע קהלתינו הק' ומוסדותי' און דער רבי האט זיי מאציל געווען מברכת קדשו.

אויך איז פארגעקומען א חתימת שטרות ווי הרה"ח ר' יואל בר"ש ראזענפעלד הי"ו האט אפקויפט א זכות פון א כתה בבנין הת"ת החדש, דער רבי האט אינטערגעשריבן די שטרות אינאיינעם מיטן נדבן און מאציל געווען מברכת קדשו.

ארום 2:45 איז דער רבי אריבער צו די חומש סעודה פון די ילדי מוסדותינו פארגעקומען בבנין הת"ת החדש 'בנין ניישטאדט', דער רבי איז ענטפאנגען געווארן דורך די ילדי התשב"ר מיט שיינע חרוזים לכבוד המאורע און ניגונים פון לימוד התורה, און עס האט אויפגעטרעטן דער מנהל הר"ר יצחק עזריאל פריעד שליט"א, דערנאך האבן די קינדער פארגעזאגט די פסוקי חומש פון פרשת ויקרא, אנגעפירט דורך די מלמדים הר"ר לייבוש בר"ח לעווי שליט''א און הר"ר חיים מאיר פריעד שליט"א.
דער רבי האט געטרינקן א לחיים, און אנגעוואונטשן פארן גאנצן ציבור, און עקסטער פאר הרבני הנגיד ר' משה גאלדשטיין הי"ו פון קר"י מגדולי נדבני הבנין החדש.
דער רבי האט משמיע געווען דב"ק לכבוד די חתני החומש און ארויסגעברענגט די שמחה מיט די התחלה פון לימוד התורה, אזוי ווי דער חתם סופר זאגט אז התחלה איז חצי הכל, און דאס איז די שמחה ביי א חומש סעודה, אזוי אויך איז א גרויסע שמחה פאר די מוסדות און די מעמד איז אויך א התחלה פאר די תלמוד תורה ווי מען האפט בעז"ה צו מחנך זיין טויזענטער קינדער במשך השנים צו תורה ויראת שמים, און עס איז א זכי' פאר די עלטערן צו קענען זיין פון די מתחילים פון די מוסדות הק', און דערביי באגריסט הרבני הנגיד ר' משה גאלדשטיין הי"ו מגדולי נדבני הבנין החדש, און מסיים געווען מיט ברכות לרוב פאר די חתני החומש, פאר זייער עלטערן און זיידעס, און פאר די הנהלת המוסדות.

דערנאך זענען אלע קינדער אריבער און דער רבי האט פארטיילט א תהילים פאר אלע קינדער, אויך האט דער רבי פארטיילט א תהילים פאר די תלמידים פון די קלענערע כתות פון מוסדותינו הק', דערנאך זענען אריבער אלע מלמדים און די הנהלת המוסדות און דער רבי האט אנגעוואונטשן ברכת קדשו. מען האט געענדיגט ארום 3:30.

דערנאך איז דער רבי ארויף אויף די אויבערשטע שטאקן ווי עס איז דערווייל סטאנציאנירט דאס געשעפט פון הרה"ח ר' בערל ביקסנשפאן הי"ו לרגל דעם גמר המקח ווי מוסדותינו הק' האט אפגעקויפט דעם בנין הת"ת פון הרה"ח ר' בערל ואחיו ר' מרדכי ביקסנשפאן הי"ו, עס האט זיך פארצויגן א שיינער שמועס פון די היסטאריע פון אידישקייט אין מאנטרעאל, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פאר הרה"ח ר' בערל הי"ו ובני משפחתו.
מען האט געענדיגט ארום 3:45 און דער רבי איז אהיים לבית האכסניא.

בבית האכסניא איז פארגעקומען א חתימת שטרות ווי דער בעל אכסניא הרה"ח ר' משה ישעי' ווערצבערגער הי"ו האט אפגעקויפט דעם זכות פון א קומה בבנין הת"ת החדש, דער רבי האט אינטערגעשריבן די שטרות אינאיינעם מיטן נדבן און מאציל געווען מברכת קדשו.

דערנאך איז דער רבי ארום געגאנגן על פתחי הנדיבים וועלכע האבן אפגעקויפט דעם זכות פון א כתה בבנין הת"ת החדש 'בנין ניישטאדט' פארן סכום פון הונדערט פופציג טויזענט דאלער און העכער, און במשך די צוויי טעג פון די ביקור הקודש איז אריינגעקומען קרוב צו דריי אהאלב מיליאן דאלער דורך אנ"ש תושבי מאנטרעאל.

ארום 5:30 איז דער רבי אנגעקומען אין שטוב פון הרה"ח ר' בעריש ב"ר מנחם מנלי ווייזער הי"ו, עס האט זיך פארמירט א שמועס איבער די דירות פרייזן אין מאנטרעאל, דער רבי האט אינטערגעשריבן די שטרות אינאיינעם מיטן נדבן און די הנהלת המוסדות געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו.

פון דארט איז דער רבי אריבער אין שטוב פון הרה"ח ר' שלמה אבערלענדער הי"ו, עס האט זיך פארמירט א שמועס איבער פארשידענע מנהגים בחצרות הקודש בעניני תפילה, דער רבי האט אינטערגעשריבן די שטרות אינאיינעם מיטן נדבן און די הנהלת המוסדות געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו.

פון דארט איז דער רבי אריבער אין שטוב פון הרה"ח ר' הערש אלימלך ב"ר וואלף גליק הי"ו חבר הנהלת המוסדות, עס האט זיך פארמירט א שמועס איבער די היסטאריע פון אידישקייט אין וומסב''ג און הרה"ח ר' הערש אלימלך הי"ו האט אויפגעטרעטן און ארויסגעברענגט זיין זכי' צו קענען זיין א שליח פון רבינו שליט"א אויפצובויען די מוסדות הק', און די קירבה וואס מען זעט ביי רבינו שליט"א צו קהלתינו ומוסדותינו הק' אין מאנטרעאל, דער רבי האט אינטערגעשריבן די שטרות אינאיינעם מיטן נדבן און די הנהלת המוסדות געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו.

פון דארט איז דער רבי אריבער אין שטוב פון הרה"ח ר' שלום ב"ר ישראל שווארטץ הי"ו עס האט זיך פארמירט א שמועס איבער זקינו הרה"ק הקול ארי' זצ"ל, און דערביי האט הרה"ח ר' שלום הי"ו געוויזן א בריוו פונעם עצי חיים צום קול ארי', דער רבי האט אינטערגעשריבן די שטרות אינאיינעם מיטן נדבן און די הנהלת המוסדות געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו.

פון דארט איז דער רבי אריבער אין שטוב פון הרה"ח ר' אברהם שניטצלער הי"ו, עס האט זיך פארמירט א שמועס איבער פארשידענע אנטיק ספרים און כתבי ידות פון צדיקים הקדמונים זצ"ל, דער רבי האט אינטערגעשריבן די שטרות אינאיינעם מיטן נדבן און די הנהלת המוסדות געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו.

פון דארט איז דער רבי אריבער אין שטוב פון ר' יואל ב"ר אברהם וואלף קויפמאן הי"ו, עס האט זיך פארמירט א שמועס בהלכות סופרות און די פראבלעמען פון די ארץ ישראל'דיגע מזוזות, דער רבי האט אינטערגעשריבן די שטרות אינאיינעם מיטן נדבן און די הנהלת המוסדות געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו.

פון דארט איז דער רבי אריבער אין שטוב פון הרה"ח ר' שמעון ישראל כהנא הי"ו חבר הנהלת המוסדות, עס האט זיך פארמירט א שמועס איבער די היסטאריע פון קהלתינו הק' אין מאנטרעאל, דער רבי האט אינטערגעשריבן די שטרות אינאיינעם מיטן נדבן און די הנהלת המוסדות געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו.

פון דארט איז דער רבי אריבער אין שטוב פון הרה"ח ר' יואל ישעי' דייטש הי"ו, עס האט זיך פארמירט א שמועס בעניני שחיטה, דער רבי האט אינטערגעשריבן די שטרות אינאיינעם מיטן נדבן און די הנהלת המוסדות געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו.

דערנאך ארום 8:10 איז דער רבי אהיים לבית האכסניא ווי דער רבי האט געדאווענט מנחה.
- בעל תפילה: הב' שלמה ב"ר אברהם מאיר ווערצבערגער הי"ו.

ארום 8:30 האט דער רבי פארלאזט די אכסניא און ווארעם אנגעוואונטשן פארן בעל אכסניא הרה"ח ר' משה ישעי' ווערצבערגער הי"ו ובני ביתו, און פאר די גאנצע משפחה.

ארום 8:50 איז דער רבי אנגעקומען אין די ארמון פלאזא ווי עס איז פארגעקומען די סעודת ר''ח וכינוס אנ"ש תושבי קאנאדע לרגל דעם מעמד חנוכת הבית פארן בנין התלמוד תורה החדש 'בנין ניישטאדט' אינאיינעם מיט'ן סיום מסכת שבת והתחלת מסכת עירובין אין ראם פון חבורות תורתך שעשועי דקהילתינו הק'.

דער רבי האט זיך געוואשן צום סעודת ר"ח, און מען האט מאריך געווען בשירה וזמרה בניגוני לימוד התורה.
במשך די סעודה האבן זיך משתתף געווען פולע רבנים פון איבער קאנאדע צווישן אנדערע. כ"ק אדמו"ר מטאהש שליט"א. הגה"צ רבי יונתן בנימין ווייס שליט"א גאב"ד מאנטרעאל. הגה"צ אבד''ק ראשית חכמה שליט"א. הגה"צ רבי יוחנן וואזנער שליט"א ראב"ד סקווירא. הרב הגאון ר' יואל הערש מאשקאוויטש שליט"א דומ"ץ קרית טאהש. הגה"צ ר' יוסף ירחמיאל כהנא שליט"א אדמו"ר מספינקא מאנטרעאל. הרב הגאון ר' וואלף בער לערנער שליט"א דומ"ץ בעלזא מאנטרעאל. האדמו"ר מקרעטשניף - סיגוט וומסב''ג שליט"א, און נאך פילע דייני וחשובי העיר.

עס האט אויפגעטרעטן דער יושב ראש הרה"ג ר' יודל שטערן שליט"א ראש הכולל, און האט אויפגערופן הרב הגאון דומ"ץ דקהלתינו הק' שליט"א צו משמיע זיין די דבר הקהילה, דערנאך איז פארגעקומען די סיום מסכת שבת, מיטן מאכן די סיום אויף מסכת שבת איז מכובד געווארן הרה"ח ר' מנחם ברי"ח ווייס הי"ו, און מיט התחלת מסכת עירובין איז מכובד געווארן הרה"ח ר' יואל ברא"ח גאלדמאן הי"ו, און דערנאך האט הרה"ח ר' יואל ב"ר יצחק בערגער הי"ו געזאגט קדיש. דערנאך האט מען זיך ארויסגעלאזט אין א פייערליכע טאנץ לכבוד התורה און דער רבי האט זיך אויפגעשטעלט טאנצן א לענגערע צייט.

דער יושב ראש האט אויפגערופן הרה"ח ר' אברהם מאיר ווערצבערגער הי"ו רוח החיים וחבר הנהלת הקהילה והמוסדות צו משמיע זיין דעם דבר הנהלת הקהילה והמוסדות, דערביי האט הרה"ח ר' אברהם מאיר הי"ו ארויפגערופן די נדבנים משפחת ניישטאדט החשובים און זייער שוואגער הרבני הנגיד ר' משה גאלדשטיין הי"ו צו קומען אפנעמען א מתנה וברכת קדשו פון רבינו שליט"א, דערנאך האט אויפגעטרעטן בשם משפחת ניישטאדט הרה"ח ר' ישראל העניך קרויס הי"ו חתן הרבני הנגיד ר' משה גאלדשטיין הי"ו מיט דברי זכרון פון זקינם הרה"ח ר' יושע ניישטאדט ע"ה.

דערנאך האט אויפגעטרעטן הגה"צ אבד''ק מאנטרעאל שליט"א וועלכע האט ארומגערעדט בשבח פון קהלתינו הק' און אנגעוואונטשן גרויס הצלחה פאר רבינו שליט"א און פאר קהלתינו הק'.

דער רבי האט משמיע געווען דב''ק אויפן פסוק 'ושמרתם את משמרת הקודש' און ארויסגעברענגט אז מיטן בויען בתי מדרשות נעמט מען אראפ די קצף פון הקב"ה אויף כלל ישראל, און דאס איז וויבאלד דורך לימוד התורה קענען צדיקים איבערדרייען פון נגע אויף ענג, פון צרה אויף צהר, פון פשע אויף שפע, וכו', און ארויסגעברענגט די שמחה אז מען זיצט ביי א סיום מסכת שבת במסגרת חבורת תורתך שעשועי ווי א גרויסע קבוצה אנ"ש זענען זוכה צו מסיים זיין די מסכת, און געזאגט אז מען זיצט שוין די וואך ביי די דריטע סיום, זונטאג אין מאנסי, מאנטאג אין קרית טאהש, און היינט דינסטאג אין מאנטרעאל, 'עס איז א כבוד התורה און כבוד השבת' און אנגעוואונטשן ברכות לרוב פאר אלע מסיימים. און ארויסגעברענגט די גרויסע שמחה ווען מען שטייט ביי א חנוכת הבית פון א בנין פאר די תלמוד תורה ווי מען וועט מחנך זיין אידישע קינדער צו תורה און יראת שמים, עס איז א כבוד התורה וזה הקטן גדול יהיה.
דער רבי האט ממשיך געווען מיט הדרכה פאר אנ"ש און מעורר געווען זיך צו פירן ווי עס פאסט פאר א חסידישע אינגערמאן בתורה, תפילה, התנהגות, ובכל ענינים, און מאריך געווען בשבח פון קהלתינו הק' און אנגעוואונטשן ברכת קדשו פאר אלע חברי קהלתינו הק' ובראשם גיסו הגה"צ אבד''ק מאנטרעאל שליט"א, און מסיים געווען מיט ברכות לרוב פאר די חשובע נדבנים האחים החשובים משפחת ניישטאדט וגיסם הרבני הנגיד ר' משה גאלדשטיין הי"ו וועלכע האבן שוין מנדב געווען עטליכע בנינים פאר מוסדותינו הק' די בכל אתר ואתר, און יעצט דא אין מאנטרעאל לע"נ אביהם /חמיו הרה"ח ר' יושע ניישטאדט ע"ה מיקירי תושבי מאנטרעאל רבות בשנים.

דער רבי האט זיך אנטשולדיגט זאגענדיג אז באמת וואלט מען געדארפט קומען אויף א לענגערע באזוך אין מאנטרעאל, אבער די צייט ערלויבט נישט און מען האפט בעז"ה מארגן מיטוואך אינדערפרי צו זיין בהיכל המתיבתא אין קר"י, און מסיים געווען מיט ברכות לרוב.

דערנאך האט דער רבי פארטיילט א מתנה פאר די גדולי עסקני קהלתינו הק', צווישן אנדערע פאר הרה"ח ר' אברהם מאיר ווערצבערגער הי"ו - רוח החיים פון קהלתינו ומוסדותינו הק', הרה"ח ר' יצחק שווארטץ הי"ו - משמש, ר' יעקב יושע פאלאטשעק הי"ו - אדמיניסטראטער פון מוסדותינו הק', ר' מענדל וואלף שטערן הי"ו - מגדולי עסקני קהלתינו הק', ר' עקיבא פסח גליק הי"ו - יו"ר התאחדות אברכים.

מיטן בענטשן האט דער רבי מכבד געווען הרבני הנגיד ר' משה גאלדשטיין הי"ו, מען האט געענדיגט ארום 10:40 און מען האט ארויסבאגלייט רבינו שליט''א בשירה ובזמרה, דער רבי האט זיך ארויסגעלאזט אויפן וועג צום לופטפעלד ווי דער רבי האט געדאווענט מעריב.
- בעל תפילה: ר' משולם פייבוש פריעדמאן הי"ו
נאך מעריב האט זיך דער רבי געזעגענט פון ראשי ופני קהלתינו הק' און דער רבי האט ווארעם אנגעוואונטשן ברכת קדשו.

ארום 11:30 האט זיך די פריוואטע פליגער פון רבינו שליט"א געהויבן אויפן וועג אהיים, און ארום 12:30 האט די פליגער געלאנדעט אינעם נוארק לופטפעלד און נאך א קורצע צייט איז דער רבי אהיימגעפארן לביתו נאוה קודש אין קר"י, ווי דער רבי איז אפגעווארט געווארן דורך פילע אנ''ש ותלמידי המתיבתא וועלכע זענען אריבער נעמען שלום פון רבינו שליט''א.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
👁 275