זונטאג חקת בלק 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
אינדערפרי איז פארגעקומען די ברית'ן.
- לבן הנולד אצל ר' שלום יצחק שעהר הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
- לבן הנולד אצל ר' חיים הערש ברי"ל מארקאוויטש הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
- לבן הנולד אצל ר' יואל אשר אנשיל דרעזדנער הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף קדושת יואל. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
- ב"ר חיים משה אלימלך כ"ץ הי"ו.
- ב"ר אברהם לעבאוויטש הי"ו.
- ב"ר יואל ב"ר מרדכי גראס הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל ל"א פסוק ח'. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
אין די פארמיטאג שעות איז דער רבי געווען אויף די וועכענטליכע באזוך אינעם בית השחיטה המהודרת.
נאכמיטאג איז דער רבי ארויף אין ישיבה סניף דברי יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי. און ארום 6:00 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.
בביתו נאוה קודש זענען אריין בקו''פ הנהלת מחנה בית רחל אין שפיץ פון די מנהלי המחנה הר"ר אלי' שלמה קאהן שליט"א און הר"ר מאיר יוסף גראס שליט"א מקבל זיין ברכת הקודש לקראת דעם זמן הקיץ הבעל"ט, מען האט אויסגעשמועסט די פילע איינריכטונגען וועלכע זענען אהערגעשטעלט געווארן היי יאר אין די קעמפ לטובת די טויזענטער תלמידות בית רחל און דער רבי האט מאציל געווען מברכת קדשו.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים.
- הרה"ג ר' ארי' אשר אינדיג שליט"א דומ"ץ ביהמ"ד מהרש"א, און הרה"ח ר' חיים שלמה פישער הי"ו משב"ק, אין די זאלן פון כינור דוד.
- הרה"ח ר' משה סטרולאוויטש הי"ו און הרה"ח ר' יוסף פנחס שווארטץ הי"ו אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
- הרה"ח ר' יחיאל יודא פריעדמאן הי"ו און הרה"ח ר' שמחה כ"ץ הי"ו אין די זאלן פון גינת קליין.
זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:15 ביז 10:50 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
בעת די זמני כניסה זענען אריין בקודש פנימה הנהלת 'מפעל תורתו באומנתו' אינאיינעם מיט עטליכע בעלי בתים מאנ"ש פון גרויסע ביזנעסער וועלכע האבן עס שוין איינגעפירט ביי זיך אין די ביזנעס, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער די געוואלדיגע אויפטוה פון די רעיון און די חשיבות פון די בעלי בתים וואס אנערקענען אז ווען די ארבעטערס קאפ ליגט אין תורה ארבעט ער בעסער אין די אנדערע שעות, און דער רבי האט מאציל געווען מברכת קדשו.
אויך זענען אריין בקו''פ חברי וועד קרן הבנין פון ביהמ"ד דברי יואל דקהלתינו הק' ב"פ אין שפיץ פון הרה"ג ר' ישראל שלמה ליכטנשטיין שליט"א דומ"ץ הביהמ"ד, מקבל זיין ברכת הקודש לרגל די גמר המקח פון א גרויסן שטח פאר א נייע ביהמ"ד מיט אלע געברויכן, מען האט דערביי פארגעשטעלט די פלענער פארן נייעם ביהמ"ד און עס האט זיך פארצויגן א שיינער שמועס בהלכות מקוואות, דער רבי האט געטרינקן לחיים לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו פאר הרה"ג דומ"ץ הביהמ''ד שליט''א און די חברי וועד קרן הבנין.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 10:50.
נאך מעריב איז דער רבי אריבער אין די זאלן פון כינור דוד צו די שמחת החתונה פון בת המשב"ק הרה"ח ר' חיים שלמה פישער הי"ו, עס האט זיך פארמירט א שיינער שמועס, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, זיידעס און פארן גאנצן ציבור. נאכן בענטשן האט דער רבי געזאגט די שבע ברכות, און דערנאך געטאנצן ריקודי קודש מצוה טאנץ לפני הכלה, און דערנאך מיטן חתן און מיט משב"ק הרה"ח ר' חיים שלמה הי"ו ובני משפחתו. מען האט געענדיגט ארום 11:40.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
