מיטוואך חקת בלק 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
אינדערפרי איז פארגעקומען די ברית'ן.
- לבן הנולד אצל ר' שמעי' קרויס הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
- לבן הנולד אצל ר' אברהם העכט הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף ויואל משה. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
- בן הר"ר הערשל קאהן שליט"א.
- ב"ר בנימין זאב מארקאוויטש הי"ו.
- ב"ר שמואל משה מנחם סאנדעל הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל ל"א פסוק כ'. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
נאכמיטאג איז דער רבי ארויף אין ישיבה סניף ויואל משה ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי. און ארום 6:00 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים הר"ר יצחק יקותיאל ביקעל שליט"א און הרה"ח ר' יואל בר"נ גאנדל הי"ו אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:30 ביז 12:30 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
ארום 9:30 איז דער רבי אראפ אין די זאלן בביתו נאוה קודש ווי דער רבי האט געליינט די תנאים פון די מחותנים.
- הרה"ח ר' שלמה הערש בר"ד עקשטיין הי"ו און הרה"ח ר' גבריאל שמואל ווייס הי"ו.
- הרה"ח ר' בעריש גפן הי"ו און הרה"ח ר' וואלף שערצער הי"ו.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:00, נאך מעריב האט דער רבי געמאכט קידוש לבנה, און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.
נאך די זמני כניסה בביתו נאוה קודש אויף צאנז איז אריין בקו''פ הר"ר שמעון שישא שליט"א ראש המצילים אינערהאלב מרכז עזרה ויעוץ שע"י העדה החרדית להצלת בחורי ישראל משמד הגיוס, וועלכע געפינט זיך יעצט אין אמעריקע לטובת די נייעם אפיס וואס מען האט אויפגעשטעלט אין ירושלים נאכצוקומען די ארבעט, ער האט אויסגעשמועסט פארשידענע שאלות, און מען האט ארומגערעדט א לענגערע צייט איבער די שווערע מצב ווי מען געפינט זיך יעצט אין ארה"ק מיט די ביטערע גזירה, און פון אלע שיכטן און קרייזן ווענדט מען זיך צו מרכז עזרה ויעוץ פאר הילף, דער רבי האט שטארק מחזק געווען די פעולות לטובה פונעם מרכז און מאציל געווען מברכת קדשו.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
