זונטאג פנחס 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
אינדערפרי איז פארגעקומען די ברית'ן.
- לבן הנולד אצל ר' יואל ב"ר ירחמיאל ביטמאן הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
- לבן הנולד אצל ר' יואל ברמ"ל לאנדא הי"ו (וומסב''ג) ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף קדושת יואל. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
- בן הרה"ג ר' שמואל לעוו שליט"א מו"ץ קהלתינו לאנדאן.
- בן הר"ר משה יוסף אשכנזי שליט"א.
- ב"ר מרדכי דוב נייהויזער הי"ו.
- ב"ר יואל ב"ר שלמה כ"ץ הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל ל"ב פסוק א'. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
ארום 1:50 איז דער רבי אריינגעפארן קיין מאנסי צו די חומש סעודה פון תלמידי המוסדות וועלכע איז פארגעקומען אין די זאל בבנין הבית רחל 'בנין דוד ניישטאדט' אין מאנסי, דער רבי איז אנגעקומען ארום 2:30 און זיך באגריסט מיט כ"ק אדמו"ר מבית יצחק ספינקא שליט"א, הגה''צ אבד''ק מאנסי שליט''א, און די אנדערע רבנים אויפן אויבנאן, די קינדער האבן פארגעזינגען עטליכע ניגונים און חרוזים לכבוד המעמד אנגעפירט דורכן מנהל הר"ר ישראל מאיר פריעדמאן שליט"א, דערנאך האט דער רבי פארטיילט א תהלים פאר אלע קינדער.
דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן גאנצן ציבור און משמיע געווען דב"ק און ארויסגעברענגט די שמחה ווען אזויפיל קינדער הייבן אן צו לערנען תורה שבכתב און וועלן בעז"ה ממשיך זיין מיט תורה שבע"פ, און ממשיך געווען בשבח קהלתינו ומוסדותינו הק' אין מאנסי, און מעורר געווען צו שטיין על המשמר נישט אנצונעמען יעדע קינד אין די מוסדות נאר א קינד פון א ערליכע און חסידישע שטוב ווי עס פאסט, און אנהאלטן א שטארקע חומה סיי צווישן די גוי'אישע גאס און סיי צווישן די אידישע גאס, און מסיים געווען מברכת קדשו.
דערנאך איז דער רבי אריבער צום דערנעבנדיגן בנין הבית רחל 'בנין אלי' ניישטאדט' ווי דער רבי האט פארטיילט מטבעות פאר די עלטערע כתות פון מוסדותינו הק' וועלכע האבן אריינגעברענגט גרעסערע געלטער לטובת המוסדות, דערביי האט הרה"ח ר' שמואל זאנוויל ווערטהיימער הי"ו - מנהל המוסדות, איבערגעגעבן א באריכט פאר רבינו שליט"א איבער די ווייטערדיגע פלענער להרחבת גבולי המוסדות מיטן בויען נאך א בנין פאר די בית רחל און אזוי אויך פארברייטערן די ביז איצטיגע בנינים, און דער רבי האט מאציל געווען מברכת קדשו פאר די הנהלת המוסדות.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים.
- הר"ר יושע זלמן ווערצבערגער שליט"א און הרה"ח ר' יצחק פריעדמאן הי"ו אין די זאלן פון כינור דוד.
- הרה"ח ר' מאיר יודא פערלמאן הי"ו און הרה"ח ר' שאול בראך הי"ו אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
- הרה"ח ר' ליפא ברש"ל וויינבערגער הי"ו און הרה"ח ר' ישראל ניימאן הי"ו אין די זאלן פון גינת קליין.
ארום 8:00 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
דערנאך איז געווען זמני כניסה בקו''פ ביז 12:30 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש.
בעת די זמני כניסה איז געווען אויף א באזוך בקו''פ הגה"צ ר' אלכסנדר אשר מרגליות שליט"א אב"ד אהל משה וויען עסטרייך, עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו, און אנגעוואונטשן פאר בנו הר"ר בערל שליט"א יו"ר וועד הרחבת גבולי העיר קר"י, לרגל ארוסי בנו למז"ט, און פאר בנו הרב נתן קרפיל שליט"א לרגל נשואי בתו למז"ט.
ארום 9:45 איז דער רבי אראפ אין די זאלן בביתו נאוה קודש ווי דער רבי האט געליינט די תנאים פון די מחותנים:
- הרה"ח ר' בצלאל חיים באש הי"ו און הרה"ח ר' אברהם יודא וויינפעלד הי"ו.
- הרה"ח ר' ברוך סטרולאוויטש הי"ו און הרה"ח ר' יואל בר"נ גאלדבערג הי"ו.
- הרה"ח ר' דניאל אברהם ניווח הי"ו און הרה"ח ר' אלי' דניאל עבוד הי"ו.
אויך זענען אריין בקו''פ הרה"ג ר' שלום טייטלבוים שליט"א דומ"ץ קרית ויואל משה אין מאנטיסעלאו אינאיינעם מיט הרה"ח ר' חיים הערש שווארטץ הי"ו מנהל הקרי', מקבל זיין ברכת הקודש לרגל די היי יעריגע זומער סעזאן הבעל"ט, און דער רבי האט זיי מאציל געווען מברכת קדשו.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:30.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
