שב''ק פרשת מטו''מ - מברכים חודש מנחם אב 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט"א, בעיר הנופש בעטלעהעם ניו העמפשיר
אויף דעם שב"ק האבן געוויילט בצל הקודש א קבוצה מצויינים מתלמידי המתיבתא סניף ויואל משה.
ערש"ק נאך די מקוה האבן איבערגעגעבן תירוצים אויף די קשיא וואס דער רבי האט איבערגעלאזט אין ישיבה:
- הבה"ח עמרם ב''ר אהרן הערש טויב הי''ו (קר''י).
- הבה"ח משה לייב ב"ר אברהם יצחק שמואל מערץ הי''ו (קר''י).
- הב' משה וואלף ב"ר יואל פערל הי''ו (קר''י).
- הב' משולם זושא ב"ר אלי' פארקאש הי''ו (קר''י).
- הב' שלום נחמן בן הר"ר זלמן לייב פילאפף שליט''א (קר''י).
- הב' בעריש ב"ר מרדכי לייב לאנדא הי''ו (וומסב''ג).
פרייטאג צונאכטס ארום 9:00 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד מעוטף בטליתו און צוגעגאנגען צו מנחה. קבלת שבת: הר"ר אנטשיל קארפען שליט''א - ר"מ בישיבה. מען האט געענדיגט ארום 10:35. דער ציבור איז אריבער זאגן גוט שבת און שלום נעמען, און דער רבי איז אריין לחדרו הפרטי.
ארום 10:55 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור אינעם ביהמ"ד אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה און פילצאליגע געסט מאנ''ש, און אנגעהויבן כדרכו בקודש שלום עליכם ברגש ובנעימה.
- אשת חיל: נכד רבינו הב' ישכר בער טייטלבוים ני"ו בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א.
- הגבהת הכוס: חדב"ן הגה''צ רב דביהמ''ד ברך משה שליט''א.
- כל מקדש: הר"ר בעריש גראס שליט"א (מאנטרעאל).
- מנוחה ושמחה: הר"ר ליפא סאמעט שליט"א ר"מ בישיבה.
דער רבי האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'אחר תאסף אל עמך' און געטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא פון דרשינן טעמא דקרא.
- קה אכסוף: הר"ר חיים הערש קאהן שליט"א ר"מ בישיבה.
- ברכת המזון: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ''ד ברך משה שליט"א.
עובדות וסיפורים די וואך האט רבינו שליט''א דערציילט פון זקינו מרן הגה"ק בעל ישמח משה זיע''א וואס די יארצייט געפאלט מאנטאג כ"ח תמוז.
- קה רבון עלם: הר"ר יעקב הילל ליכטנשטיין שליט''א ר"מ בישיבה.
די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען פירות, און מען האט אריינגעברענגט בונדלעך און געזינגען ניגוני שמחה לרגל די שלום זכר פון נכד רבינו, בן הנולד אצל הרב יואל טייטלבוים שליט''א בן הגה''צ רב דביהמ''ד ישראל שלום שליט''א.
- אז ביום השביעי: הרה''ח ר' נחום וועבערמאן הי''ו (לאנדאן).
מען האט געענדיגט ארום 1:45.
וביום השבת
שב''ק אינדערפרי איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 9:45.
- ברכות ופסוקי דזמרה: הר"ר חיים יעקב הערשקאוויטש שליט''א (קר''י)
צו שחרית איז דער רבי צוגעגאנגען.
- הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' איסר יודא בערגער הי"ו (קר''י).
- פסוקי שמע ישראל: הר"ר דוד חנני' ווייס שליט''א (קר''י).
- בעל קורא: הב' שלום נחמן בן הר"ר זלמן לייב פילאפף שליט''א.
עליות.
- כהן: הר"ר לוי יצחק בארזעסקי שליט''א.
- לוי: הב' אליקים יודא ב''ר שמחה ישראל אפפעל הי''ו (קר''י).
- שלישי: הרה''ח ר' שלמה זלמן ווייס הי''ו (קר''י).
- רביעי: הב' יעקב ב"ר חיים וואלף פאלקאוויטש הי"ו (קר''י).
- חמישי: הבה"ח יושע ב''ר יצחק יודא קליין הי''ו (וומסב''ג).
- שישי: רבינו שליט''א - דעם רבין'ס עלי' איז געקויפט געווארן דורך הרה"ח ר' זושא ניישטאדט הי"ו, דער רבי האט זיך באדאנקט און געהייסן מאכן א מי שברך.
- שביעי: הרה''ח ר' מיכל בירען הי''ו (לעיקוואד).
- הוספות: חדב"ן הגה''צ רב דביהמ''ד ברך משה שליט''א.
- הרה''ח ר' שלמה רובינשטיין הי''ו (קר''י).
- הר"ר דוד חנני' ווייס שליט''א.
- הר"ר בעריש גראס שליט''א.
- הרה''ח ר' אברהם שניצלער הי''ו (מאנטרעאל).
- ר' שמשון זעליג פישער הי''ו (וומסב''ג).
- הרה''ח ר' יעקב יצחק שטיינמעץ הי''ו (קר''י).
- הרה''ח ר' פנחס בראך הי''ו (מאנטרעאל).
- הרה''ח ר' יואל בר"ה פריעד הי''ו (קר''י).
- הב' יעקב ב"ר איסר יודא בערגער הי''ו.
- הרה''ח ר' נחום וועבערמאן הי''ו.
- הרה''ח ר' חיים אליעזר ווייס הי''ו (קר''י).
- אחרון - חזק: הבה"ח המשב"ק שניאור זלמן עקשטיין ני"ו.
- מפטיר: הב' הבר מצוה ב''ר אנטשיל קארפען שליט''א.
- הגבה: ר' אברהם יוסף שאלאמאן הי''ו (וומסב''ג).
- גלילה: הב' מנחם ב''ר יואל ברמ"י ווערטהיימער הי''ו (וומסב''ג).
נאכן ליינען האט דער רבי געבענטשט ראש חודש מיט גרויס התעוררות. און צוגעגאנגען צו מוסף לרגל די יארצייט פון זקינו מרן הגה"ק בעל ישמח משה זיע''א די וואך.
- פתיחה צו אנעים זמירות: הרה''ח ר' אנטשיל זאלדאן הי"ו (קר''י).
מען האט געענדיגט ארום 1:20.
ביי די סעודת עתיקא קדישא איז דער רבי אריבערגעקומען אין ביהמ"ד צו די זמירות ודברי תורה ארום 3:05, מען האט געזינגען ניגוני גלות וגאולה, דער רבי האט טועם געווען פון די חלה און קוגל און געוואונטשן לחיים.
- ברוך ה' יום יום: הרה''ח ר' שמעון שווארטץ הי''ו (קר''י).
- ברוך קל עליון: הרה"ח ר' אברהם שניצלער הי"ו.
דער רבי האט געזאגט תורה אויף די מסורה 'נחנו נעבור חלוצים' 'נחנו פשענו ומרינו' 'כלנו בני איש אחד נחנו' און געטייטשט אז ביי יעקב אבינו זעט מען אז הקב"ה האלט איין אלע תקנת חכמים במילא האלט הקב"ה אויך איין די תקנות פון רבינו גרשום מאור הגולה נישט צו גט'ן כלל ישראל בע"כ און נישט צו נעמען נאך א אומה, און דאס איז די טרייסט פון כלל ישראל אין גלות.
- ברכת המזון: הר"ר לוי יצחק בארזעסקי שליט"א.
מען האט געענדיגט ארום 3:45.
רעוא דרעווין
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת מנחה ארום 9:00.
- בעל תפילה: הר"ר חיים בנימין כהנא שליט''א.
- הוצאה והכנסה: ר' רפאל ברמ"י ווערטהיימער הי"ו (קר''י).
- בעל קורא: הב' משה ב''ר אהרן שווארטץ הי"ו.
- כהן: הרה"ח ר' יחזקאל שרגא גלאנץ הי"ו (קר''י).
- לוי: הרה''ח ר' אהרן יוסף בערגער הי''ו (קר''י).
- שלישי: הבה"ח יחיאל מיכל בן הר"ר יעקב הילל ליכטנשטיין שליט''א.
- הגבה: רבינו שליט''א.
- גלילה: הב' הערשל ב"ר אליעזר זוסיא ראזענבערג הי"ו (ב''פ).
ביי של"ס האט מען אויפגעגעבן מילכיגס כנהוג צו עסן מילכיגס ביי שלו"ס איינמאל א יאר בימי בין המצרים, דער רבי האט אויסגעשמועסט די פרטי המנהג ביי צדיקי בית סיגוט און צאנז און דערנאך ארויף געשמירט פוטער אויף די חלה און געטרינקן א קאווע.
- אודה הרה"ח ר' ישראל הכהן לאנדא הי"ו (וומסב''ג).
- שיר המעלות: הרה"ח ר' שמואל עקשטיין הי"ו (קר''י).
דער רבי האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'ויכתוב משה את מוצאיהם למסעיהם על פי ה' און געטייטשט אז דורכ'ן נזהר זיין מיט אמת העלפט די תשובה מיט תפילה און י"ג מידות אז מען זאל נישט דארפן צוקומען צו יסורים אדער יום המיתה, און מאריך געווען בדברי מוסר יעצט אין די ימי בין המצרים, אין ישראל נגאלין אלא בתשובה במילא דארף יעדער זיכער מאכן צו רעדן נאר אמת און זיך נתרחק זיין פון שקר און אזוי וועט מען זוכה זיין צו תשובה אמיתית און דורכדעם זוכה זיין צו די גאולה השלימה.
- ידיד נפש: הרה"ח ר' שלמה זלמן ווייס הי"ו.
- קל מסתתר: הרה''ח ר' פנחס בראך הי''ו.
דער רבי האט געבענטשט על הכוס.
צו מעריב איז דער רבי צוגעגאנגען לרגל די יארצייט די וואך כ"ח תמוז.
נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך,
מען האט געענדיגט ארום 11:35.
ארום 12:45 איז דער רבי אריינגעקומען צו מלוה מלכה בהיכל הביהמ"ד לרגל די יארצייט פון זקינו מרן הגה"ק בעל ישמח משה זי"ע די וואך.
דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן גאנצן ציבור, און מען האט געזינגען זמירות למלוה מלכה, דערנאך האט דער רבי דערציילט סיפורי קודש פונעם בעל הילולא א לענגערע צייט.
מען האט געענדיגט ארום 1:30.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
