מיטוואך ואתחנן 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת שחרית ארום 8:45. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פארן בר מצוה בחור ב''ר יושע גלויבער הי"ו (קר''י). - בעל תפילה: הב' שמואל מאיר ב''ר יקותיאל יצחק עהרנטאל הי"ו. נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים מיטן בר מצוה בחור בהיכל הביהמ"ד, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן בר מצוה בחור און פארן גאנצן ציבור.
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת מנחה ארום 7:10. בעל תפילה: הב' אהרן ב"ר חיים שלמה קרויס הי"ו (קר''י). נאך מנחה זענען די פילע געסט אריבער שלום נעמען און דער רבי האט אהיים שפאצירט לביתו נאוה קודש.