בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

דאנערשטאגכ"ג מנחם אב תשפ"ו8/6/2026

באריכט
דאנערשטאג ראה 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף ברך משה.מפארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
- ב"ר ישעי' אייגנער הי"ו.
- ב''ר יקותיאל יודא מאלאח הי"ו.

ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה. און נאכן דאווענען פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל ל"ב פסוק ב'. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

אין די נאכמיטאג שעות איז אריין בקודש פנימה בביתו נאוה קודש הנגיד הטפסר ר' ראובן (רובי) שארון הי"ו פון פלעטבוש אינאיינעם מיט בני משפחתו, עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס איבער די בית השחיטה און די מקוה טהרה נאכן באזוכן דארט בעפאר, און איבער די ביליגע פרייזן צו מאכן שמחות אין קר"י, דער רבי האט אים ווארעם אנגעוואונטשן און זיך באדאנקט פאר זיינע גרויסע נדבות למען הכלל והפרט, ובפרט פאר די קופת הצדקה פון הרבנית הצ' תליט"א, און געגעבן א מתנה ספרו לב אהרן.

ארום 7:20 איז דער רבי אראפ אין די זאלן בביתו נאוה קודש צום שמחת פדיון הבן פון נכדו, בן הנולד אצל הרב יואל טייטלבוים שליט"א (ב"פ) בן הגה"צ רב דביהמ''ד ישראל שלום שליט"א.
ביים אנקומען האט זיך דער רבי ווארעם באגריסט מיט די חשוב'ע זיידעס הרבנים שליט"א, און מיט אחיו הגה"צ רב דקהלתינו ב''פ 15 שליט"א און האדמו"ר מדאמבראווע שליט"א.
מען האט געזינגען עטליכע ניגונים, דערנאך איז פארגעקומען די פדיון הבן, אלץ כהן הפודה האט געדינט הר"ר יחיאל גלאנץ שליט"א חתן הרה"צ רבי שלום האלבערשטאם שליט"א, דערנאך האט אויפגעטרעטן דער בעל שמחה הרב יואל טייטלבוים שליט"א.
דער רבי האט געטרינקן לחיים און טועם געווען מזונות און פיש, און אנגעוואונטשן פארן בעל שמחה, זיידעס, און פארן גאנצן ציבור, און דערנאך משמיע געווען דב"ק און געטייטשט אז ביי א פדיון הבן איז הקב"ה אויך מוחל אלע עבירות פון אלע משתתפים אזוי ווי ביי א ברית, און מסיים געווען מיט ברכות לרוב. מען האט געענדיגט ארום 7:50.

ארום 8:10 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:30 ביז 12:45 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש.

ארום 9:00 איז דער רבי אראפ צו די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש ווי דער רבי האט געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' יואל ברב"י ווייס הי"ו און הרה"ח ר' שמחה כ"ץ הי"ו.

בעת די זמני כניסה איז אריין בקו''פ הרב יהודה גארמי שליט"א הויפט רב פון איראן אינאיינעם מיט חברי הנהלת מוסד רב טוב להצלת פליטי איראן, עס האט זיך פארצויגן א שיינער שמועס איבער אידישקייט אין איראן היינט צוטאגס און דער רבי האט מאציל געווען מברכת קדשו.

ארום 10:30 איז דער רבי אריין אינעם נייעם ביהמ''ד בביתו נאוה קודש ווי עס איז פארגעקומען א קביעות מזוזה וחנוכת הבית אינאיינעם מיט די פילע נייע שטובער און איינריכטונגען וועלכע זענען געבויעט געווארן לטובת אלפי אנ"ש הבאים אל הקודש פנימה.
דער רבי האט קובע געווען א מזוזה אויפן הויפט אריינגאנג מיט א ברכה און דערנאך מכבד געווען די ראשי הקהילה און די נדבנים צו קלאפן א מזוזה אויף די איבריגע שטובער, דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ"ד.
דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פאר די ראשי הקהילה נדבנים און עסקנים און פארן גאנצן ציבור, און משמיע געווען דב"ק און ארויסגעברענגט מיט קורת רוח אז מען האט אהערגעשטעלט דא אינעם שטוב פון אביו רביה"ק בעל ברך משה זיע''א א בית וועד לחכמים ארויסצוהעלפן אידן בעת שמחתם און ערמעגליכן צו מאכן תנאים'ס און שבת שבע ברכות פאר שטוינענד ביליגע פרייזן, און מסיים געווען בברכות לרוב.

אויך איז אריין בקודש פנימה עסקני מרכז עזרה ויועץ אינאיינעם מיט ר' נתן ראזענבלאט הי"ו פון ירושלים - א גרויסע לויער למען הצלת בחורי ישראל משמד הגיוס און שטייט אלץ צו די הילף פאר מרכז עזרה ויועץ, עס האט זיך פארמירט א שמועס איבער די פילע פעולות און מהלכים וואס מען באניצט זיך ארויסצוהעלפן טויזענטער בחורים פונעם גזירת הגיוס, און ער האט זיך דערביי שטארק באדאנקט פאר די הילף וואס חסידי סאטמאר שטעלן צו מיטן בויען נאך און נאך אפיסעס ארויסצוהעלפן ווי מער בחורים, און דער רבי האט מאציל געווען מברכת קדשו.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:45.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️