בס"ד - סאטמארע נייעס
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

פרייטאגא' אלול תשפ"ו8/14/2026

באריכט
זונטאג שופטים - כ''ו מנחם אב הילולא קדישא פון רביה''ק בעל דברי יואל זיע''א

אינדערפרי איז פארגעקומען די ברית'ן.
- לבן הנולד אצל ר' יוסף זונדל אפפעל הי''ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
- לבן הנולד אצל ר' יואל אלטר גאלדשטיין הי''ו (וומסב''ג) ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.

רבינו שליט"א האט געדאווענט שחרית בבנין ישיבה על קברו היכל המתיבתא סניף דברי יואל, סמוך ונראה צום ציון המצויינת, אינאיינעם מיט הונדערטער אנ''ש ותלמידי המתיבתא.
דער רבי האט געצינדן 5 ליכט ביים עמוד, און יורד געווען לפני התיבה ביומא דהילולא בהתעוררות רב.

עטליכע מינוט נאכן דאווענען ארום 12:20 איז דער רבי אריינגעקומען צום מסיבת לחיים לפני עלי' לציון הק' ברוב עם הדרת מלך, דער רבי האט געמאכט דעם סיום ששה סדרי משנה וואס איז געלערנט געווארן דורך די תלמידי המתיבתא און געזאגט קדיש, מען האט געזינגען נגוני התעוררות ודביקות, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעווינטשן פארן גאנצן ציבור.

דער רבי האט משמיע געווען דב''ק הכנה והתעוררות איידערן פוקד זיין דעם ציון הקדוש אויפן פסוק 'צדק צדק תרדוף וירשת' און געטייטשט אז משה רבינו וואס איז געווען א שר האט אבער באקומען דעם כח פון א עבד וואס האט שטענדיגע צוטריט צום מלך צו קענען פועל'ן ישועות, דאס זעלבע רביה"ק בעל הילולא זיע''א און מיט דעם קען ער פועלן ישועות און משפיע זיין פאר כלל ישראל, און ארומגערעדט איבער די מתיבתא הקדושה וואס איז א המשך פון די ישיבה וואס רביה"ק זיע''א האט אויפגעשטעלט און וואס דאס מיינט פאר א תלמיד הישיבה, און ממשיך געווען איבער די פילע בקשות וואס כלל ישראל איז מתפלל היינט ביומא דהילולא סיי בעניני רוחניות, און בגשמיות זה בכה וזה בכה, רפואות, בזכות פונעם בעל הילולא האפט מען אויסצופועלן אלעס גוטס, ובפרט די גאולה השלימה אויף וואס רביה"ק זיע''א האט אלץ מתפלל און מעורר געווען און פארגאסן טייכן טרערן אויף דעם, און מסיים געווען בברכת קדשו.

נאך די מסיבת לחיים ארום 1:15 איז רבינו שליט"א ארויף צום ציון המצויינת, אינאיינעם מיט אלפי אנ''ש און די תלמידי המתיבתא.
ביים אנקומען אין ביה''ח האט דער רבי געמאכט די ברכה, דער רבי האט געצינדן 5 ליכט מיט א נשמה ליכט, און געזאגט די תפילה 'שלום עליך' פונעם ישמח משה זיע''א, און דערנאך פארגעזאגט פון קאפיטל צ' ביז ק"ז כנהוג, און געזאגט דעם יהי"ר בהשתפכות הנפש, דערנאך האט דער רבי געלערנט פרקי משניות און געזאגט קדיש דרבנן.
רבינו שליט"א האט געליינט קוויטלעך א לענגערע צייט, בשעת מ'האט געזונגן ניגוני התעוררות וואס פלעגט געזינגען ווערן בבית מדרשו פונעם בעל ההילולא, דערביי האט מען איבערגעגעבן פארן רבי'ן א ספעציעלע קוויטל פון די נדבנים פון 'קרן קרית יואל', דער רבי האט א לענגערע צייט אדורכגעליינט אלע נעמען און אראפגעלייגט די קוויטל ביים ציון הק', דערנאך האט זיך דער רבי משתטח געווען אויף ציון הק' א לענגערע צייט. מען האט געענדיגט ארום 2:15.

פון דארט איז דער רבי אריבער אין שטוב פון נכדו הרב מאיר אליעזר מייזליש שליט"א בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א, צו די חאלאקע פון בנו הילד יואל ני"ו, דער רבי האט אפגעשניטן עטליכע האר און אנגעטוהן די קאפל און ציצית, און מאציל געווען מברכת קדשו.
דערנאך האט זיך דער רבי געוואשן צו פת שחרית, עס האט זיך פארצויגן שיינע שמועסן בסיפורי צדיקים און מען האט געזינגען ניגוני שמחה, דער רבי האט געבענטשט אויפן כוס, מען האט געענדיגט ארום 3:00.

ארום 8:30 איז דער רבי אריינגעקומען צו תפילת מנחה אין ביהמ"ד הגדול. דער רבי האט געצינדן ליכט און צוגעגאנגען צום עמוד לרגל די הילולא קדישא.

נאך מנחה איז דער רבי ארויף אויפן בימת הכבוד צו די צענטראלע סעודת הילולא פונעם בעל הילולא זיע''א, דער רבי האט זיך געוואשן צו די סעודה און מאריך געווען שלחנו הטהור, און דאן געמאכט דעם סיום הש"ס וששה סדרי משנה וואס איז געלערנט געווארן דורך די חברה ש"ס דקהלתינו הק' און דערנאך געזאגט דעם הדרן און קדיש, ביי די לחיים נאך די פיש האט דער רבי געווינטשן 'זכותו יגן עלינו ועל כל ישראל'.
במשך דעם טיש האט מען געזינגען ניגוני דביקות וגעגועין וואס מען פלעגט זינגען בבית מדרשו פונעם בעל ההילולא. מיט מכתם לדוד האט רבינו שליט"א מכבד געווען הגה"צ ר' חיים יוסף ווערצבערגער שליט"א אב''ד הוניאד קר''י.

רבינו שליט''א האט משמיע געווען דב''ק אויפן פסוק 'צדק צדק תרדוף וירשת' און געטייטשט במשנתו פונעם בעל הילולא זיע''א, און איבער גדלתו וצדקתו, מיט זיין אש להבה פון יראת שמים איז ער אנגערופן געווארן א עבד פון הקב"ה און כל הקונה עבד עברי לעצמו כאילו קונה אדון לעצמו האט ער געהאט די כח פון צדיק גוזר והקב"ה מקיים און משפיע זיין ישועות און מבטל זיין גזירות פון אידישע קינדער, זיינע תלמידים וואס ער האט אויפגעשטעלט א קהילה יראים ושלמים א מוסד תורה ויראה און ב"ה שטייענדיג צענדליגע יארן נאך זיין פטירה וואקסן די מחנה אלקים, ערליכע בעלי בתים, נשים כשירות וצניעות, און דאס איז אלעס זיין השפעה יראת ה' טהורה עומדת לעד, ובפרט אין קרתא קדישא הדין בעיר קרית יואל וואס איז לשמו ולזכרו וואוינען שוין היינט קרוב צו ניין טויזענט משפחות אלעס ערליכע אידן וואס גייען אין זיינע דרכים, און מעלה געווען זכרונו הטוב פון אביו רביה"ק זיע''א וועלכע האט אריינגעלייגט אזויפיל כוחות ממשיך צו זיין די ארבעט און די ירושה פונעם פעטער ז"ל אין קרית יואל.

דער רבי האט ממשיך געווען בדברים העומדים על הפרק איבער די פילע דירות פראיעקטן וועלכע בויען זיך און גרייטן זיך צו ווערן געבויעט אין אלע זייטן פון קרית יואל וואס וועט צוברענגען קרוב צו פיר טויזענט נייע דירות אין די קומענדיגע עטליכע יאר, און אלעס פאר די פרייז פון 300 דאלער א סקווער פיס! און עס וועט זיין לתפארת קר"י און פונעם מייסד העיר זיע''א.

דערביי מבשר געווען די בשורה טובה אז מען האט ב"ה ערהאלטן פארגאנגענע וואך די פערמיטן פאר די נייע קריה אין מאנטיסעלא פאר די ערשטע 200 דירות ספעציעל פאר אנ"ש, און וועט גערופן ווערן 'קרית משה' לשמו ולזכרו פון אביו רביה"ק זיע''א, און וועט זיין נאך ביליגער ווי קרית יואל.
דאן האט דער רבי מיט ווייטאג ארויסגעברענגט די שקרים וכזבים וואס מוכרים רעדן איין פאר די קונים,  סיי מיט די גרויסקייט פון די דירה און מיט די שטייערן וכו', דאס איז אונאה, א איסור דאורייתא און דערביי דערציילט א מעשה שהיה אז א איד האט געקויפט א דירה אין קרית יואל המורחבת ווי דער מוכר האט אים געזאגט אז די שטייערן זענען זעקס טויזענט דאלער א יאר און למעשה איז עס זיבעצן טויזענט דאלער!.
דער רבי האט אפעלירט צו די אלגעמיינע חסידישע גאס פון איבער גאנץ ניו יארק וועלכע פלאגן זיך צו קויפן א דירה צוליב די טייערע פרייזן אז מען זאל זיך אויפהייבן און זיך אריבערציען קיין מאנטיסעלא ווי עס בויען זיך יעצט אריבער דריי טויזנט נייע דירות פאר גאר ביליגע פרייזן.

דער רבי האט ממשיך געווען איבער די ביליגע שמחה זאלן וועלכע זענען געבויעט געווארן אין קר"י סיי פאר חתונות און סיי פאר שבת שבע ברכות, א דבר טוב מאוד, און מבשר געווען א בשורה טובה אז מען וועט קענען באקומען א הלואה פון פערציג טויזענט דאלער מיט קליינע תשלומין פון פינף הונדערט דאלער א חודש ספעציעל פאר די וועלכע שטעלן זיך צו צו די שלוה תקנות, און זיך באדאנקט פאר די עסקנים וואס האבן דאס צושטאנד געברענגט.
דערנאך ארומגערעדט דברי הכנה צו חודש אלול מרבה זיין בלימוד התורה און זיין אנגעשלאסן אין איינע פון די חברות פון קהלתינו הק' בקביעות גמור, די חורבנות וואס קומען ארויס פון די טמא'נע כלים, און דערמאנט די דרשה פון רביה"ק זיע''א שבת פרשת שופטים תשכ"ה פאר קריאת התורה איבער די פרישע מאדעס ביי לבושי נשים סיי די שייטלען און סיי די דורכזיכטיגע זאקן, און מחזק געווען די תקנת פון מוסדותינו הק', און דערביי געבעטן הנהלת קהלתינו אין וומסב''ג אז זיי זאלן איבערדרוקן די פייערדיגע דרשה, און ממשיך געווען איבער די מלחמה לה' בעמלק וואס רביה"ק בעל הילולא זיע''א האט געפירט מיט די טומאת הציונית און נאכגעזאגט זיינע הייליגע ווערטער וואס דער רבי האט אליינס געהערט אז ער האט מורא אז עס וועט קומען א צייט וואס א ערליכע איד וועט נישט קענען וואוינען אין ארץ ישראל צוליב די גזירה פון גיוס בני ישיבות, איז ארויסגעברענגט די שווערע מצב וואס מען געפינט זיך, און עס איז נישט צום פארשטיין וויאזוי עס זענען דא אזעלכע וואס זענען גרייט צו מאכן פשרות און סעלעקציעס, און דאס איז חוץ מזה וואס אזא געזעץ וועט במילא נישט אדורכגיין די בג"ץ הציוני און עס איז א שאד צו פאפן זיך אדער אנדערע, נאר מען דארף זיך אפטיילן אינגאנצן פון זיי, און מחזק געווען די מוסדות עטה"ק און בפרט מוסד הק' קרן הצלה - וועלכע איז די לעצטע מוסד וואס רביה"ק זיע''א האט מייסד געווען לפני פטירתו - וועלכע העלפט ארויס אלע מוסדות עטה"ק, און דערמאנט לשבח די עסקנים פון מוסדות יטב לב - וועלכע איז די ערשטע מוסד וואס רביה"ק זיע''א האט מייסד געווען נאך די מלחמה - וועלכע האבן אוועקגעשטעלט די מוסד אויף די רעלסן און געהעכערט די תמיכה און ב"ה מען האט שוין עטליכע חדשים באצאלט די געהאלט אין צייט, און זיך באדאנקט פאר די עסקנים און נדבנים, און מסיים געווען בשבח פון די מתיבתא הקדושה וועלכע געפינט זיך על קברו און מעורר געווען אנ"ש צו שטיצן די ישיבה ברוח נדיבה און געענדיגט מיט ברכות לרוב.

דער רבי האט געבענטשט אויפן כוס. מען האט געענדיגט ארום 10:40.

נאך עטליכע מינוט איז דער רבי אריינגעקומען צו תפילת מעריב בהיכל הביהמ"ד.
- בעל תפילה: הרה"ח ר' אברהם משה לעבאוויטש הי"ו.

זכותו הגדול והקדוש יגן עלינו ועל כל ישראל

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
👁 456
אין טעלעגראם