דינסטאג שופטים 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
אינדערפרי איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' חיים הערש פישער הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף עצי חיים - שיעור ג'. נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל ל"ב פסוק ב'.
אין די פארמיטאג שעות איז דער רבי געווען אויף די וועכענטליכע באזוך אינעם בית השחיטה המהודרת.
ארום 5:30 איז דער רבי אנגעקומען בהיכל המתיבתא סניף ויואל משה צום מעמד סיום כתיבת ספר תורה וואס איז אריינגעגעבן געווארן דורך די תלמידי הישיבה, לע"נ הב' יודא ע"ה בהר"ר אלי' זאב יאקאב שליט"א פון בני ברק - ממציוני תלמידי הישיבה. מען האט געזינגען ניגוני התעוררות און הבה"ח שאול ב"ר אלימלך בראך ני"ו האט פארגעזינגען חרוזים לכבוד המעמד. דער רבי האט אריינגעשריבן די לעצטע אותיות אינעם ספר תורה, און מען האט ממשיך געווען בנגוני התעוררות. דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פאר הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א, פאר הר"ר אלי' זאב יאקאב שליט"א און די רמ"י ותלמידי הישיבה, און משמיע געווען דב"ק און ארויסגעברענגט לשבח פון די תלמידי הישיבה וועלכע האבן זיך אנגעשטרענגט בטירחא דגופא ובטירחא דממונא און געשריבן א ספר תורה פאר א חבר מתלמידי הישיבה וואס איז א גרויסע זאך פאר די נשמה, ובפרט פאר איינער וואס האט נישט איבערגעלאזט קיין קינדער, בראשית איז די אותיות ב' ראשית וואס גייט ארויף אויף די צוויי תורות, תורה שבכתב און תורה שבע"פ, תורה שבכתב האט מען שוין מקיים געווען, און מעורר געווען אויסצוניצן די לעצטע חודש ביז סוף זמן צו חזרן די תורה שבע"פ, די לימודי הישיבה במסכת בבא בתרא, או מסיים געווען בברכת קדשו,
דערנאך איז דער רבי געגאנגען הגבה און געטאנצן מיטן אפענעם ספר תורה פאר א לענגערע צייט, הר"ר אלי' זאב יאקאב שליט"א איז געגאנגען גלילה, לבישת החגורה: הרה"ח ר' דוד שמואל גאלדבערגער הי"ו, לבישת המענטעלע: הר"ר אהרן יקותיאל בערקאוויטש שליט"א, נתינת הכתר: הרה"ח ר' יואל דוד שווארטץ הי"ו - חברי הנהלת המתיבתא. דערנאך האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אין א פייערליכע טאנץ מיטן ספר תורה א לענגערע צייט, און דערנאך מכבד געווען דער דיין שליט"א צו טאנצן מיטן ספר תורה און דערנאך ממשיך געווען מיט די ריקודין. מען האט געענדיגט ארום 6:20, נאך עטליכע מינוט איז דער רבי אריינגעקומען צו תפילת מנחה בהיכל הביהמ"ד.
פארנאכטס איז דער רבי אריינגעפארן קיין וומסב''ג צו די וועכענטליכע זמני כניסה. זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:20 ביז 12:20 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף היוז סט.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:20 און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.