בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

דאנערשטאגל' מנחם אב תשפ"ו8/13/2026

באריכט
דאנערשטאג שופטים - א' דר"ח אלול 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' משה הערשקאוויטש הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.

דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה קטנה סניף ישמח משה בהנהלת הר"ר אברהם הערש זאלדאן שליט"א. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
- ב"ר יואל ב"ר אהרן וויינבערגער הי"ו.
- ב"ר יעקב יושע קליין הי"ו.

דער רבי איז צוגעגאנגען צו הלל און ביים ליינען עולה געווען רביעי.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ"ד, מען האט געזינגען עטליכע ניגונים, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פאר די בר מצוה בחורים, רמ"י ותלמידי הישיבה, און משמיע געווען דב"ק אז לימוד התורה איז די בעסטע מליץ יושר ביים יום הדין און דאס איז די פאסיגסטע הכנה חודש אלול, און מסיים געווען בברכת קדשו.

פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים.
- הרה"ח ר' ישראל שלום אונגאר הי"ו און הרה"ח ר' שלמה הערש בר"ד עקשטיין הי"ו אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
- הרה"ח ר' אברהם ישראל הערשקאוויטש הי"ו און הרה"ח ר' בעריש פעלדמאן הי"ו אין די זאלן פון גינת קליין.

צווישן די חופות איז דער רבי אריבער אין שטוב פון הרה"ח ר' אברהם ווידער הי"ו צום יערליכע מסיבה לטובת מוסד רב טוב להצלת פליטי איראן און אוקריינע, עס האט זיך פארמירט א שמועס איבער די לעצטיגע פעולות לטובת די פליטים, דער רבי האט געטרינקן א לחיים און אנגעוואונטשן פאר הרה"ח ר' אברהם הי"ו און פאר די אנדערע חברי הנהלה.

ארום 8:20 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
דערנאך איז געווען זמני כניסה ביז 12:40 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש.

ארום 9:30 איז דער רבי אראפ אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש ווי דער רבי האט געליינט די תנאים פון די מחותנים.
- הרה"ח ר' יחיאל אלטר טויב הי"ו און הרה"ח ר' אברהם מאיר עקשטיין הי"ו.
דערנאך איז דער רבי אריין צו די תנאים פון די מחותנים, הרה"ח ר' נפתלי הירצקא שטיין הי"ו און הרה"ח ר' שמואל מרדכי שטיין הי"ו, דער רבי האט געלייענט די תנאים און דערנאך געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו.

בעת די זמני כניסה איז אריין בקו''פ הרה"ג ר' לוי יצחק גרינבערג שליט"א אב"ד מיהאלאוויץ לעיקוואד, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:40.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
👁 456