מאנטאג כי תצא 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
אינדערפרי ארום 9:50 האט זיך דער רבי ארויס געלאזט אויפן וועג צום יערליכן באזוך אין די מחנות הקיץ דמוסדותינו הק' פון וומסב"ג און ב"פ.
ארום 10:50 איז דער רבי אנגעקומען אין די בחורים קעמפ מחנה רב טוב אין סוואן לעיק.
רבינו שליט''א האט געדאווענט תפילת שחרית אינאיינעם מיט די הונדערטער תלמידי כתה מכינה לישיבה כתה ט' פון וומסב''ג און ב"פ, דער רבי האט געלייגט טו''ת אין ביהמ"ד. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחורים:
- ב"ר וואלף לאנדא הי"ו.
- ב"ר יעקב יואל סאפדי הי"ו.
- בעל תפילה: הב' יצחק דניאל ני"ו ב"ר יואל דאנא ע"ה (וומסב''ג).
- פתיחה: הרה''ג ר' יודא בער טעללער שליט"א - מנהל כתה ט' וומסב''ג.
- בעל קורא: הב' זיידל בן הר"ר מענדל פאנעט שליט"א (ב"פ).
- כהן: הרה''ג ר' עקיבא יוסף כהנא שליט"א - מנהל כתה ט' ב"פ.
- לוי: הר"ר שמואל משה פריעדמאן שליט"א (ב"פ).
- שלישי: הב' הבר מצוה ב"ר וואלף לאנדא הי"ו.
- הגבה: רבינו שליט"א.
- גלילה: הב' הבר מצוה ב"ר יעקב יואל סאפדי הי"ו.
דער רבי האט געבלאזן שופר און געזאגט צען קאפיטלעך תהילים כנהוג אום חודש אלול.
נאך שחרית איז דער רבי אריבער צום שטוב פון הרה"ח ר' אהרן וויינבערגער הי"ו בשכינות פונעם קעמפ אויף פת שחרית.
ארום 1:50 איז דער רבי צוריק אנגעקומען אינעם בחורים קעמפ, דער רבי איז אריין אין די בתי מדרשים ווי די בחורים לערנען, און זיך אומגעקוקט מיט א שטארקן קורת רוח, דער רבי איז ארום פאר א לענגערע צייט צווישן די טישן און פארהערט די בחורים די לימודים, צום ערשט אין ביהמ"ד פון תלמידי כתה ט' פון וומסב''ג, איידערן פארלאזן די ביהמ"ד האט דער רבי געבעטן די מייק און איבערגעלאזט א קשיא פאר די בחורים אין די לימודים.
דערנאך איז דער רבי אריבער אין ביהמ"ד פון תלמידי כתה ט' פון ב''פ דער רבי האט זיך אומגעקוקט אויף די לימודים און זיך מפלפל געווען מיט די בחורים א לענגערע צייט.
דערנאך איז דער רבי צוריק ארויף ווי עס איז פארגעקומען די מסיבת לחיים מיט די בחורים בהיכל הביהמ"ד, מען האט געזינגען עטליכע ניגונים און חרוזים, דער רבי האט געטרינקען לחיים און אנגעוואונטשן פאר די בר מצוה בחורים, מגי''ש און בחורים, און משמיע געווען דברות קודש צו הארעווען אין די אינגע יארן צו באקומען יראת שמים און אזוי וועט דאס אנהאלטן אויף די שפעטערע יארן, דורך לערנען חסידישע און מוסר ספרים, און מסיים געווען בברכות קדשו. מען האט געענדיגט ארום 2:50.
פון דארט איז רבינו שליט''א צוגעפארן צו די 'אינגל קעמפ' מחנה רב טוב אין מאנטיסעלאו ווי דער רבי איב אנגעקומען ארום 3:05.
דער רבי איז ארויף צו די 4 בתי מדרשים פון די עלטערע כתות ו' ז' ח', תלמידי מוסדותינו אין וומסב''ג סניף הר"ר משה אלי' גרין שליט"א, סניף הר"ר יואל שטערן שליט"א, סניף הר"ר אלעזר אייכנשטיין שליט"א, און דערנאך ביי תלמידי מוסדותינו ב''פ בהנהלת הר"ר זרח שפירא שליט"א.
דער רבי האט זיך אומגעקוקט אויף די לימודים מיט א שטארקע קורת רוח, און געפרעגט שאלות ביי יעדע סניף עקסטער אין זייערע לימודים, דער רבי האט עקסטער באגריסט די איר-אייניקלך שיחי' און נכדי אביו רביה"ק בעל ברך משה זיע''א און זיי געגעבן טאשן געלט כפי מנהג אביו רביה''ק זיע''א.
דערנאך זענען זיך אלע תשב"ר צוזאמגעקומען אינעם חדר האוכל צום מעמד קבלת פנים.
די קינדער האבן מקבל פנים געווען בשירה וזמרה, און דאן פארגעזונגען ווארימע חרוזים לכבוד המאורע.
דער רבי האט געטרינקן לחיים און געוואונטשן פאר די מלמדים און תשב"ר און משמיע געווען דב''ק ארויסגעברעגענדיג אז כדי די לימוד התורה זאל האבן א קיום דארף מען קודם האבן יראת שמים, און דאס דארף מען וויסן שוין פון די אינגע יארן ווען מען הייבט אן צו לערנען תורה אז אן קיין יראת שמים האט די לימוד התורה נישט קיין קיום, און מסיים געווען בברכות קדשו.
דערנאך האט דער רבי פארטיילט שיריים פאר די מלמדים אויסצוטיילן פאר אלע קינדער.
מען האט געענדיגט ארום 4:15 און דער רבי האט פארלאזט די קעמפ און איז אדורכגעפארן צווישן די קינדער בשעת די קינדער שטייען אויסגעשורה'ט אויף די צוויי זייטן פונעם קעמפ און וואונטשן א כתיבה וחתימה טובה.
ארום 4:30 איז דער רבי אנגעקומען אין מחנה פון ישיבה קטנה סניף אהבת התורה וומסב''ג בהנהלת הר"ר יחיאל מיכל סעקולא שליט"א ווי עס איז פארגעקומען א חנוכת הבית פארן בנין הביהמ"ד 'בנין לאנדא' נדבת הרה''ח ר' משה אליעזר לאנדא הי"ו, אינאיינעם מיט א הנחת אבן הפינה פאר א נייע דארמעטארי בנין נדבת הרה''ח ר' אברהם יודא ראזענבערג הי"ו.
דער רבי האט זיך באגריסט מיט בנו הגה"צ אבד''ק וומסב''ג שליט"א און זיך אומגעקוקט אויפן בנין הביהמ"ד.
דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ"ד, מען האט געזינגען עטליכע ניגונים, דער רבי האט געגאסן די אבן הפינה און מכבד געווען הגה"צ אבד''ק וומסב''ג שליט"א צו גיסן.
דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פאר רב שליט"א און די רמ"י ותלמידי הישיבה, און משמיע געווען דב"ק אויפן פסוק 'ועשית מעקה לגגך' און ארויסגעברענגט אז מען באנייט א נייע בנין אינעם קעמפ ווי מען וויילט אין די זומער נזהר זיין מיט שמירת עינים, מעק"ה איז ר"ת ה'רהורי ע'בירה ק'שה מ'עבירה, און מעורר געווען די בחורים נזהר צו זיין אויף שמירת עינים וואס דאס איז די יסוד פון זיין א ערליכע איד, און ארומגערעדט בשבח פון די חשובע נדבנים, און אנגעוואונטשן ברכות לרוב פאר די נדבנים, הנהלת הישיבה, און רמ"י ותלמידי הישיבה.
דערנאך האט מען איבערגעגעבן א מנחת ביכורים פאר רבינו שליט"א פון אריבער אכט טויזענט בלעטער גמרא וואס די בחורים האבן געלערנט אלץ א הכנה צום באזוך פון רבינו שליט"א, דערנאך האט דער רבי פארטיילט שיריים פון די פירות פאר די נדבנים.
מען האט געענדיגט ארום 5:10 און דער רבי איז אהיימגעפארן קיין קר"י.
זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 6:00 ביז 12:50 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
בעת די זמני כניסה איז געווען אויף א באזוך בקו''פ הגה"צ אבד"ק היבנוב שליט"א וועלכע וויילט אין די יעצטיגע טעג אויף אפרוה אין קרית יואל, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער מנהגי חודש תשרי און איבער די באזוכן פון אביו האדמו"ר מליסקא זצ"ל ביי רביה"ק בעל דברי יואל זיע''א, און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים.
- הר"ר ברוך ברא"ש שווארטץ שליט"א און הר"ר דוד לייב קרויס שליט"א אין די זאלן פון כינור דוד.
- הרה"ח ר' יעקב יצחק שטיינמעטץ הי"ו און הרה"ח ר' משה חיים פריעדמאן הי"ו אין די זאלן פון גינת קליין.
דער רבי האט געדאווענט מנחה ארום 8:15 און מעריב ארום 12:50.
אויך איז אריין בקו''פ הרה"ג ר' קלמן האלבערשטאם שליט"א רב דביהמ"ד צאנז קר"י אינאיינעם מיט מחותנו הר"ר פנחס אלימלך שטיין שליט"א בן האדמו"ר מפאלטישאן שליט"א וחתן כ''ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט"א, מקבל זיין ברכת הקודש לרגל שמחת נישואי צאצאיהם למז"ט וועלכע קומט פאר קומענדיגן זונטאג כי תבא אין קר"י, עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס איבער די יחוס פון די חתן וכלה און דער רבי האט זיי מאציל געווען מברכת קדשו.
אויך זענען אריין בקו''פ עסקני מרכז עזרה ויעוץ שע"י העדה החרדית, און איבערגעבן א באריכט פונעם מעמד חנוכת הבית וואס איז פארגעקומען פריער אויפדערנאכט בראשות כ"ק מרן פוסק הדור ומרא דארעא קדישא שליט"א ובית דינו הצדק, און גדולי האדמורי"ם ומנהיגי הקהילות החונים תחת דגל העדה החרדית, פארן נייעם גיגאנטישן הויפטקווארטיר פונעם מרכז אין ירושלים עיה"ק, פארן נייעם בנין פון עטליכע שטאק מיט אריבער צען צימערן צו ערמעגליכן צו פארברייטערן די פעולות המרכז אויף א דראסטישע פארנעם אין די יעצטיגע קריטישע תקופה, די עסקנים האבן איבערגעגעבן א באריכט פונעם באזוך דורך די הנהלת המרכז ביים ירושלימ'ער רב שליט"א, און די נאכפאלגנדע מעמד בראשות די חברי הבד"ץ שליט"א, וואו הגה"צ ר' מאיר צוויבל שליט"א מרבני קהלתינו הק' האט אויפגעטרעטן בשליחות הקודש פון מרן רבינו שליט"א.
די עסקנים האבן דערמאנט די קידוש השם אז אפילו פון די אגוד'יסטישע קרייזן זענען אויך אנוועזנד געווען פילע רבנים און ראשי ישיבות נאך וואס אפילו אין זייערע קרייזן דערזעהט מען זיך מיטן מציאות אז אלע זייערע א.ג. פארטרעטער פון אינעווייניג האבן גארנישט געקענט אויפטון, און די איינציגסטע ווירקזאמע מיטל צו באקעמפן דעם ביטערן גזירת הגיוס איז דורך די אפיסעס וואס רבינו שליט"א האט אויפגעשטעלט מיט 13 יאר צוריק נאך איידער איינער האט אפילו באגריפן אז עס שוועבט א געפאר פון א גזירה.
דער רבי האט זיך נאכגעפרעגט אויף די פעולות פונעם מרכז און די אנגייענדע תמיכה דורך קהלתינו הק', און געוואונטשן ברכת קדשו פאר די עסקנים מען זאל ווייטער קענען אויפטון למען הכלל אפצוראטעווען אידישע נשמות פון שמד.
נאך מעריב ארום 1:10 איז דער רבי אריבער צום שמחת הוואכנאכט פון נכדו בן הנולד אצל הרב מרדכי יודא האלבערשטאם שליט"א בן הגה"צ רבי אברהם מאיר שליט"א - דומ"ץ בית מדרשינו 18 ב"פ, וחתן הגה"צ רב דביהמ"ד ישראל שלום שליט"א, בבית חמיו אין שכונת ויואל משה, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבערן ייטב לב זיע''א וואס די יארצייט געפאלט די וואך, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן בעל שמחה און די זיידעס.
דערנאך האט דער רבי געליינט קרי"ש כנהוג און אנגעוואונטשן פאר די יולדות. מען האט געענדיגט ארום 1:30.
ביים אנקומען אהיים האט דער רבי מקיים געווען מצות שילוח הקן בחצר ביתו נאוה קודש אויף צאנז קט. בהשתדלות ר' אליעזר גפן הי''ו, דער רבי האט געזאגט דעם לשם יחוד און מקיים געווען די מצוה, און געמאכט א שליח ר' אליעזר גפן הי''ו אראפצונעמען די אייער, און מאציל געווען מברכת קדשו.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
