בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

פרייטאגח' אלול תשפ"ו8/21/2026

באריכט
פרייטאג ערש''ק כי תצא 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' מרדכי יוסף בראדער הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.

דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ת"ת בנין קליין אינאיינעם מיט די תלמידי כתה ט' סניף הר"ר בנימין בער בערקאוויטש שליט"א.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
- ב"ר מאיר אלי' גאלדבערגער הי"ו.
- ב"ר יואל ראזינגער הי"ו.
- ב"ר יצחק אייזיק פאוועל הי"ו.
דער רבי האט געבלאזן שופר און געזאגט צען קאפיטלעך תהילים כנהוג אום חודש אלול.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען די שמחת הברית מילה פון נכד רבינו בן הנולד אצל הרב מאיר אליעזר מייזליש שליט"א בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א וחתן הגה''צ ר' אהרן שמואל דושינסקיא שליט"א ר"י דושינסקיא.
רבינו שליט"א איז מכובד געווארן מיט סנדקאות.
- מוהל: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א.
- סנדק מעומד: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א.
דער רבי האט געזאגט די ברכות וקריאת השם, ויקרא שמו בישראל: 'יקותיאל יהודא' נאך דער זיידע הגה"צ אבד"ק סיגעיט זצ"ל ע"ש מרן הגה"ק הייטב לב זיע"א.

נאכן ברית איז מען אריבער וואונטשן מזל טוב פאר רבינו שליט"א.

דערנאך איז דער רבי אראפ צום פערטן שטאק ווי עס איז פארגעקומען דעם מעמד 'ברנה יקצרו' וסיום חזרת לימודי השנה דורך די קרוב צו 500 תלמידי כתה ה' פון אלע סניפי מוסדות קרית יואל.
מען האט געזינגען עטליכע ניגונים און חרוזים לכבוד המאורע, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פאר די בר מצוה בחורים, מלמדים און אלע קינדער, און משמיע געווען דב"ק הכנה לקראת די ימי הרחמים והרצון, און מסיים געווען בברכת קדשו.

נאך עטליכע מינוט איז דער רבי אריינגעקומען צו די סעודת הברית אינאיינעם מיט די תלמידי כתה ט'. דער רבי האט זיך געוואשן צו די סעודה ברית און אויפגעריסן די חלה מיט די האנט כנהוג אום ערש"ק.
ביי די סעודה האט אויפגעטרעטן דער בעל שמחה אבי הבן שליט"א. אויך האט איינער פון די בחורים פארגעזינגען חרוזים לכבוד המאורע, און דער מנהל האט איבערגעגעבן א קוויטל כוללות פון די בחורים וועלכע האבן אינאיינעם געלערנט אריבער 2,000 שעות רצופות אלץ הכנה צום רבי'נס באזוך.
מיט יום ליבשה האט דער רבי מכבד געווען דעם מנהל הר"ר בנימין בער בערקאוויטש שליט"א.

דער רבי האט משמיע געווען דב''ק והדרכה, מצות מילה ברענגט אריין חכמה אין א מענטש אז מען זאל קענען אפמאכן ווען זיך צו באניצן מיט מידת ענוה און ווען מען דארף זיך יא באניצן מיט מידת הגיאות, און מסיים געווען בברכת קדשו.
דער רבי האט געבענטשט אויפן כוס און מכבד געווען מיט די הרחמן'ס די מלמדים, מען האט געענדיגט ארום 2:00.

דערנאך איז דער רבי אריבער אין שטוב פונעם בעל ברית און געוואונטשן פאר די יולדות.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
👁 558