בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

דאנערשטאגי"ד אלול תשפ"ו8/27/2026

באריכט
שב''ק פרשת כי תצא 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

פארן זמן הדלקה"נ האט דער רבי אנגעטוהן די שטריימל פאר די חתנים:
- החתן מרדכי דוב בהר"ר שלמה לייב גרובער שליט"א.
- החתן שלמה הערש ב"ר חיים בעריש שפילמאן הי"ו.

ארום 8:20 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד מעוטף בטליתו און צוגעגאנגען צו מנחה.
- קבלת שבת: הרה"ח ר' חיים בעריש שפילמאן הי"ו.
מען האט געענדיגט ארום 9:55. עס איז פארגעקומען אן אפיעל פאר מוסדותינו הק' אין מאנטרעאל, דער ציבור איז אריבער זאגן גוט שבת און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.

ארום 10:55 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור בהיכל המתיבתא אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה, און אנגעהויבן כדרכו בקודש שלום עליכם ברגש ובנעימה.
- אשת חיל: נכד רבינו הב' ישכר בער ט"ב ני"ו בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א.
- הגבהת הכוס: הרה''ח ר' יחזקאל דוד לעפקאוויטש הי''ו (ירושלים).
- כל מקדש: הרה''ח ר' יחזקאל דוד לעפקאוויטש הי''ו.
- מנוחה ושמחה: הרה"ג ר' יוסף שמואל ראטענבערג שליט"א - מו"ץ.

דער רבי האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'לא תלבש שעטנז גדילים תעשה לך' און געטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא פון עשה דוחה לא תעשה.

- קה אכסוף: הרב ישכר בער ראזענבוים שליט"א בן האדמו"ר ממאשלוי שליט"א.
- ברכת המזון: נכד רבינו הר''ר חיים הערש טייטלבוים שליט"א מראצפערט.

עובדות וסיפורים די וואך האט רבינו שליט''א דערציילט פון הרה"ק רבי יעקב ישראל מטשערקאס זיע''א וואס די יארצייט געפאלט דאנערשטאג י"ג אלול.

- קה רבון עלם: הר"ר יחיאל מיכל בערקאוויטש שליט"א בן הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א.
די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען פירות.
- אז ביום השביעי: הרה"ח ר' הערשל שרייבער הי"ו (לאנדאן).
מען האט געענדיגט ארום 1:35.

וביום השבת

שב''ק אינדערפרי איז דער רבי אריינגעקומען צום דאווענען ארום 9:40
- ברכות: הר"ר שלמה לייב גרובער שליט"א.
- פסוקי דזמרה: הרה"ח ר' דוד לייב אקער הי"ו (לאנדאן).
דער רבי איז צוגעגאנגען צו שחרית.

- הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' אשר פארקאש הי"ו (מאנסי).
- פסוקי שמע ישראל: הרה"ג ר' מענדל גאלד שליט"א אב"ד לובלין.
- הולכת הס"ת לבימה: הרה"ח ר' שלמה כ"ץ הי"ו.
עליות.
- כהן: החתן יואל משה ב"ר חיים ראובן שעהנברוין הי"ו.
- לוי: החתן מרדכי דוב בן הר"ר שלמה לייב גרובער שליט"א - באווארפען.
- שלישי: החתן חיים אלעזר בן הרה"ג ר' מענדל גאלד שליט"א - באווארפען.
- רביעי: החתן שלמה הערש ב"ר חיים בעריש שפילמאן הי"ו - באווארפען.
- חמישי: הגה"צ ר' אברהם משה גראס שליט"א אב"ד קערעסטיר בערבעשט מאנסי.
- שישי: רבינו שליט''א.

נאכן עולה זיין האט דער רבי קורא שם געווען לרגל הולדת הבת אצל:
- ר' יואל בר"ש עקשטיין הי"ו.
- ר' יואל ברי"י פריעד הי"ו.
- ר' חיים מענדל ברי"ה שווארטץ הי"ו.
- ר' גרשון בר"י רובינשטיין הי"ו.
- ר' יצחק נפתלי קנאפפלער הי"ו.
- ר' יוסף ברי"ש כ"ץ הי"ו.
- ר' משה ב"ר יעקב שווארטץ הי"ו.
- ר' מרדכי אפרים פישל לאנדא הי"ו.

- שביעי: הרה"ח ר' גרשון מענדל ניימאן הי"ו.
- הוספות: החתן יואל ברוך ב"ר יעקב יצחק שטיינמעטץ הי"ו.
- החתן משה הערש בן הר"ר ברוך שווארטץ שליט"א.
- החתן יחזקאל שרגא בן הר"ר נפתלי שטערן שליט"א.
- אחרון: הר"ר משה יודא בר"ל שפילמאן שליט"א, און דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת בתו למז''ט.
- מפטיר: הרה''ח ר' יחזקאל דוד לעפקאוויטש הי''ו.
- הגבה: הר"ר ישעי' קרויס שליט"א (אנטווערפען).
- גלילה: הר"ר ברוך שווארטץ שליט"א.
- החזרת הס"ת: הרה"ח ר' ישראל שפילמאן הי"ו.

- מוסף: הרה"ג ר' דוד גליק שליט"א.
- פתיחה צו אנעים זמירות: הרה"ח ר' אהרן יוסף שווארטץ הי"ו.
מען האט געענדיגט ארום 12:30.

דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת מנחה ארום 8:15.
- בעל תפילה: הרה"ח ר' יואל בר"ע הירש הי"ו.
- הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' הערשל שרייבער הי"ו.
- כהן: משב"ק הרה"ח ר' שמואל הכהן פריעדמאן הי''ו.
- לוי: הרה"ח ר' מענדל לעווי הי"ו.
- שלישי: הרה"ג ר' אברהם הערש פריעדמאן שליט"א דומ"ץ גאלאנטא וומסב''ג.
- הגבה: רבינו שליט''א.
- גלילה: הרה"ח ר' זלמן לייב שרייבער הי"ו.

זמירות ביי של"ס האט דער רבי מכבד געווען.
- אודה הרה"ח ר' נח גפן הי"ו.
- שיר המעלות: האדמו"ר מווערדאן פלעטבוש שליט"א.

דער רבי האט געזאגט אויפן פסוק 'כי ה' אלקיך מתהלך בקרב מחניך' און געטייטשט אז בזכות וואס די מענטש פירט זיך מיט מידת החסד און טיילן צדקה איז הקב"ה מוחל אויך אויף די עבירות וואס מען האט שוין פארגעסן.

- ידיד נפש: הרה"ג ר' שמחה קארנרייך שליט"א (ב"פ).
- קל מסתתר: הרה"ח ר' אליעזר לעוו הי"ו (לאנדאן).
דער רבי האט געבענטשט על הכוס און געזאגט שבע ברכות.

- מעריב מוצש''ק: הרה"ח ר' משה מאיר גאטליעב הי"ו.
נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך, דערנאך האט דער רבי געמאכט קידוש לבנה פארנט פון ביהמ"ד. מען האט געענדיגט ארום 10:40.

בביתו נאוה קודש ארום 11:30 איז אריין בקו''פ הגה"צ ר' אברהם משה גראס שליט"א אב"ד קערעסטיר בערבעשט מאנסי וועלכע האט געוויילט אויף שב"ק בצל הקודש, עס האט זיך פארצויגן א שיינער שמועס און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו.

אויך איז פארגעקומען א כתיבת האותיות פאר די ספר תורה וואס ווערט געשריבן דורך הרה"ח ר' יודא זאב קליין הי"ו און ווערט אריינגעגעבן זונטאג נצו"י אין ביהמ"ד בית חיים דוד דקהלתינו הק' בשכונת פרי מגדים אין קרית יואל המורחבת.
דער רבי האט אריינגעשריבן עטליכע אותיות און מכבד געווען הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א אריינצושרייבן א אות אינעם ספר תורה, עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס איבער די הרחבת גבולי הקדושה אין שכונת פרי מגדים און פונעם ביהמ''ד המפואר, דער רבי האט געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו.

אויך איז פארגעקומען א חתימת שטרות ווי הרה"ח ר' זלמן לייב קאפפעל הי"ו האט אפגעקויפט די זכות פון א חדר האוכל בבנין הבית רחל החדש בנין קליין אין קר"י, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער די שטארקע הרחבת גבולי הקדושה פון מוסדות קרית יואל, מען האט געזינגען עטליכע ניגונים, דער רבי האט אינטערגעשריבן די שטרות אינאיינעם מיטן נדבן, געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו.

דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים לרגל שמחת נישואין ביי די מחותנים הרה"ח ר' שמעון משה ניישטיין הי"ו און הרה"ח ר' יואל ב"ר שלמה מיכאל מאיער הי"ו - יו"ר הנהלת חבורת תורתך שעשועי סניף קר"י, עס האט זיך פארצויגן א שיינער שמועס איבער מנהגי נישואין און איבער חבורת תורתך שעשועי, דער רבי האט געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️

👁 498