בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

דינסטאגי"ב אלול תשפ"ו8/25/2026

באריכט
דינסטאג כי תבא 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איז פארגעקומען די ברית'ן.
- לבן הנולד אצל ר' אהרן בר"מ גאלדשטיין הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
- לבן הנולד אצל ר' ישי מערץ הי"ו (וומסב''ג), ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
- לבן הנולד אצל ר' אברהם משה גאטעסמאן הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.

דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף עצי חיים - שיעור ג'. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פארן בר מצוה בחור ב"ר יעקב יואל גליק הי"ו.
דער רבי האט געבלאזן שופר און געזאגט צען קאפיטלעך תהילים כנהוג אום חודש אלול.

נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכע תהילים שיעור אויף קאפיטל ל"ב פסוק ב'.
דערנאך זענען אלע תלמידי הישיבה אריין בקו''פ בפתקא ובפדיון לברך ולהתברך לקראת די ימי הרחמים והרצון, ולרגל דאס אפרייזן למקומות הקדושים אין אייראפע קומענדיגן זונטאג נצו"י, און דער רבי האט אנגעוואונטשן און פארטיילט שליח מצוה געלט.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיטן בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.

ארום 1:50 איז דער רבי אריבער בהיכל המתיבתא סניף ברך משה ווי דער רבי האט פארגעלערנט דעם צווייטע סוגיא שיעור אין די סוגיא פון 'חצי שיעור' אלץ הכנה צום שבת שובה דרשה, נאכן סוגיא שיעור האט זיך דער רבי מפלפל געווען מיט די בחורים, מען האט געענדיגט ארום 2:30.

פארנאכטס איז דער רבי אריינגעפארן קיין וומסב''ג צו די וועכענטליכע זמני כניסה.
זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:00 ביז 12:30 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף היוז סט.

בעת די זמני כניסה איז אריין בקו''פ הגה"צ ר' יצחק רייך שליט''א אב"ד פשעווארסק וומסב''ג, מקבל זיין ברכת הקודש לרגל נישואי בתו למז"ט, עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו.

דער רבי האט געדאווענט מנחה ארום 8:30 און מעריב ארום 11:40.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
👁 498