בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

שבת קודשה' אייר תשפ"א4/17/2021

באריכט
צווישן אנדערע האט זיך דעם ליל שב"ק באטייליגט ביים עריכת השלחן הטהור פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א כ''ק הגה"צ גאב"ד ציעשנוב שליט"א וראש ישיבתינו בבארא פארק וועלעכע וויילט אין קרית יואל לרגל די קידושא רבא פון עלטסטע אייניקיל ביי בנו הגה"צ ר' שלמה רובין שליט"א אב"ד ציעשנוב ק"י ומשפיע בישיבתינו "מתיבתא הקדושה" -ווען דער רבי האט אים באמערקט האט דער רבי געהייסן ברענגן א בענקל און ארויפגעריפן ציעשנוב'ע רב זיצן ביים רבינס טיש, נאך די סיפורי קודש -דעי וואך פונעם ראפשיצע רב זי"ע- האט דער רבי מכבד געווען די ציעשנובע רב צו דערציילן סיפורים און דערנאך האט דער רבי ווייטער ממשיך געווען מיט סיפורי קודש.

קול רנה וישעוה באהלי צדיקים

שב"ק צופרי נאכן דאווענען האט זיך די רבי באטייליגט ביים שמחת 'הקידושא רבא' וואס איז פארגעקומען בביהמ"ד ציעשנוב אין קרית יואל, מען האט געזינגן נגוני שמחה דערנאך האט די רבי געמאכט קידוש און געווינטשן די זיידעס און די בעל שמחה און די גאנצע ציבור, דערנאך האט מען ממשיך געווען מיט נאך נגוני שמחה, ביים קידוש האט זיך פארצויגן א לענגערע שמיס מיט כ"ק גאב"ד ציעשנוב שליט"א און מיט בנו הגה"צ אב"ד ציעשנוב ק"י שליט"א.

שישו ושמחו בשמחת רביה"ק זי"ע

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
👁 918