שב''ק פרשת כי תבא 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
ערב שב"ק נאכמיטאג ארום 6:00 איז דער רבי אריבער צו די נייע 'מכובד זאלן' בביתו נאוה קודש אויף איהעל ווי עס איז די וואך צום ערשטן מאל פארגעקומען פיר שמחת שבת שבע ברכות אויף די מכובד סטאנדארטן פאר די ביליגע פרייז פון $2,700, דער רבי האט זיך אומגעקוקט אויף אלע זאלן און דערביי געהערט א באריכט פון די עסקנים איבער די גרויסע סוקסעס פון די נייע זאלן ווי ס'איז שוין דא איבער 100 בוקינגס שטייענדיג קוים א חודש נאכן אנהייבן אננעמען שמחות, און דער רבי האט אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
פארן זמן הדלקה"נ האט דער רבי אנגעטוהן די שטריימל פאר די חתנים. - החתן משה ב"ר מאיר מענדל ווייס הי"ו. - החתן חיים שלום ב"ר אברהם אלי' פויגעל הי"ו. - החתן משה ב"ר יחזקאל טעללער הי"ו. - החתן ישראל מאיר ב"ר יואל ברא"ש שווארטץ הי"ו.
ארום 8:10 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד מעוטף בטליתו און צוגעגאנגען צו מנחה. קבלת שבת: הרה"ח ר' שלום מאיר עקשטיין הי"ו. מען האט געענדיגט ארום 9:50. דער ציבור איז אריבער זאגן גוט שבת און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.
ארום 10:50 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור בהיכל המתיבתא אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה, און אנגעהויבן כדרכו בקודש שלום עליכם ברגש ובנעימה. - אשת חיל: נכד רבינו הב' ישכר בער ט"ב ני"ו בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א. - הגבהת הכוס: הרה"ח ר' משה יוסף ווערטהיימער הי"ו (וומסב''ג).
פאר די פיש האט דער רבי משמיע געווען דב"ק בדברים העומדים על הפרק, איבער די הזמנה וואס מען האט באקומען די וואך פונעם ווייסן הויז אריבערצוקומען זיך צו טרעפן מיטן פרעזידענט יר"ה, דער רבי האט געזאגט אז מתחילה האב ער עס אפגעזאגט זאגענדיג אז עס איז בכלל נישט קיין גדולה צו זיצן מיט א גוי אז מען זאל אוועקגעבן אזויפיל צייט פאר דעם, ובפרט אז מען שטייט יעצט אין חודש אלול און מען דארף זיך גרייטן צו די ימים נוראים און פארלערנען שיעורי סוגיא 'חצי שיעור' בהיכל הישיבה, אבער וויבאלד מען איז געקומען זאגן אז עס קען ארויסקומען א הילף פאר אחב"י וועלכע זענען בעת צר האט מען אפגעמאכט אז מען גייט יא פארן און האפענטליך וועט מען קענען פועל'ן וואס מען דארף, דער רבי האט אויסגעפירט מיט א בקשה צו די בחורים אז מען זאל נישט ליגן אין די נייעס און זיך נישט קאכן אין דעם כדרכו של בחורים, נאר מען זאל עוסק זיין אין די סוגיא פון חצי שיעור, און ממליץ געווען אז איין שיעור אין די סוגיא פון חצי שיעור איז מער ווערד פון די גאנצע מעשה. דערויף האט מען ממשיך געווען מיט פייערדיגע נגינה 'אשר בחר בנו מכל עם'.
- כל מקדש: הרה"ג ר' שמחה שלום שטיינבערגער שליט"א - רב דביהמ"ד דברי חיים. - מנוחה ושמחה: הרה"ג ר' ישעי' גדלי' קויפמאן שליט"א דומ"ץ קראלי וומסב''ג.
דער רבי האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'ועתה הנה הבאתי את ראשית פרי האדמה' און געטייטשט אז וויבאלד כלל ישראל האט א דין אשה לבעלה צו הקב"ה און די הלכה איז אז האשה ששברה כלי בבית בעלה איז פטור, במילא איז כלל ישראל אויך פטור טראץ וואס מיט יעדע עבירה איז מען פוגם בעולמות העליונים.
- קה אכסוף: הר"ר משה אהרן דאווידאוויטש שליט"א מסעקלעהיד ב"ב. - ברכת המזון: הגה''צ ר' הערש אלימלך טייטלבוים שליט"א רב דביהמ"ד תפילה למשה ב"פ.
עובדות וסיפורים די וואך האט רבינו שליט''א דערציילט פון הגאון רבי יונתן אייבשיץ זצ"ל וואס די יארצייט געפאלט דאנערשטאג כ"א אלול. - קה רבון עלם: הרה"צ ר' שלום לייפער שליט"א אב"ד דינוב בית שמש. די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען פירות, און עס איז פארגעקומען א שלום זכר ביי ר' יושע בר"ח קארנבלי הי"ו. - אז ביום השביעי: הר"ר משה אלי' גרין שליט"א (וומסב''ג). מען האט געענדיגט ארום 1:50.
וביום השבת
שב''ק אינדערפרי איז דער רבי אריינגעקומען צום דאווענען ארום 9:40. - ברכות: הרה"ח ר' ארי' בר"מ הערשקאוויטש הי"ו. - פסוקי דזמרה: הרה"ח ר' אברהם גוטמאן הי"ו (וומסב''ג). דער רבי איז צוגעגאנגען צו שחרית.
- הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' דניאל בוכינגער הי"ו (מאנסי). - פסוקי שמע ישראל: הר"ר משה אהרן דאווידאוויטש שליט"א. - הולכת הס"ת לבימה: הרה"ח ר' מאיר סימאן הי"ו. עליות. - כהן: החתן משה ב"ר מאיר מענדל ווייס הי"ו - באווארפען. - לוי: הרה"ח ר' חיים הערש אפפעל הי"ו. - שלישי: הגה''צ ר' הערש אלימלך טייטלבוים שליט"א. - רביעי: החתן חיים שלום ב"ר אברהם אלי' פויגעל הי"ו - באווארפען. - חמישי: החתן משה ב"ר יחזקאל טעללער הי"ו - באווארפען. - שישי: רבינו שליט''א.
נאכן עולה זיין האט דער רבי קורא שם געווען לרגל הולדת הבת אצל: - ר' חיים הערש גלאנצער הי"ו. - ר' מענדל בר"ב קליין הי"ו.
- שביעי: החתן ב"ר יואל בר"א גוטמאן הי"ו. - הוספות: החתן יושע ב"ר ישראל העניך קרויס הי"ו. - החתן דוד אלי' ב"ר יואל ברמ"ש ווייס הי"ו. - הרה"ח ר' יצחק עהרנפעלד הי"ו. - אחרון: החתן קלמן אליעזר ב"ר מאיר זאלדאן הי"ו. - מפטיר: הרה"ג ר' יצחק שלום פריעדמאן שליט"א - מו"ץ. - הגבה: הרה"ח ר' דוד שטוהל הי"ו. - גלילה: הרה"ח ר' מאיר מענדל ווייס הי"ו. - החזרת הס"ת: הרה"ח ר' יודא ארי' מאשקאוויטש הי"ו.
- מוסף: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו. - פתיחה צו אנעים זמירות: הרה''ח ר' קאפיל שעהנברוין הי''ו. מען האט געענדיגט ארום 12:35.
ביים קידושא רבא בביתו נאוה קודש האט מען געזינגען ניגוני שמחה לרגל די שמחת הקידושא רבא פון נכדת רבינו, בת הנולדה אצל הרב חיים שלמה הורוויץ שליט"א חתן הגה"צ רב דביהמ"ד ישראל שלום שליט"א וועלכע איז פארגעקומען אין וומסב''ג.
רעוא דרעווין
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת מנחה ארום 8:15. - בעל תפילה: הרה"ח ר' אלחנן טויב הי"ו. - הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' יעקב דוב לעווי הי"ו. - כהן: הרה"ח ר' אליעזר דוד גליק הי"ו. - לוי: הרה"ח ר' אליעזר דוד אינזליכט הי"ו. - שלישי: הר"ר יודא בער טעללער שליט"א (וומסב''ג). - הגבה: רבינו שליט''א. - גלילה: הרה"ח ר' שלמה שטוהל הי"ו (וומסב''ג).
זמירות ביי של"ס האט דער רבי מכבד געווען. - אודה הרה"ח ר' נח גפן הי"ו. - שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.
דער רבי האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'ועתה הנה הבאתי את ראשית פרי האדמה' און געטייטשט אז אויב מען האט א חיות דקדושה ווערט מען אנגערופן א בעל חי זאגט מען נישט נראה ונדחה אינו חוזר ונראה, און אזוי ניצט תשובה, דאס איז מען מתפלל 'כתבינו בספר החיים' מען זאל ווערן אנגערופן א חי און נישט ווי רשעים בחייהם קרואים מתים, און נאכגעזאגט פון רבי ר' שמעלקא מניקלשבורג זיע''א אז בזמן שביהמ"ק היה קיים האט די קטורת פארמאגט צוויי סגולות, עשירות און המנעת מיתה, און בזמנינו אלה זענען די צוויי סגולות אריבער צו מצות קרי"ש, דורך מצות קרי"ש איז מען זוכה מען זאל נישט ווערן אריינגעשריבן אין די ספרי מתים נאר מען זאל ווערן אנגעריפן א בעל חי און עס זאל ניצן תשובה, און מעורר געווען יעצט אין די צווייטע האלב פון חודש אלול זיך מאכן א חשבון הנפש וואס מען האט שוין אויפגעטוהן די ערשטע האלב חודש, און נזהר צו זיין צו ליינען קרי"ש כתיקונה און אזוי זוכה זיין צו תשובה.
- ידיד נפש: הרה"ח ר' יצחק מארקאוויטש הי"ו. - קל מסתתר: הר"ר מאיר מאיער שליט"א (ב"פ). דער רבי האט געבענטשט על הכוס אום געזאגט שבע ברכות.
- מעריב מוצש''ק: הרה"ח ר' אליעזר ווייס הי"ו. נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך. מען האט געענדיגט ארום 10:40.
ארום 12:00 איז פארגעקומען בביתו נאוה קודש א כתיבת האותיות פאר די ס''ת וואס ווערט געשריבן דורך הרבני הנגיד ר' משה גאלדשטיין הי"ו, דער רבי האט אריינגעשריבן עטליכע אותיות און מען האט געזינגען ניגוני שמחת התורה, עס האט זיך פארצויגן א שמועס מיט חתנו הרה"ח ר' חיים הערש מיטטעלמאן הי"ו איבער פארשידענע דירות פראיעקטן אין קר"י, דער רבי האט געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו.
אויך איז פארגעקומען א התחלת כתיבת ס''ת וואס ווערט געשריבן דורך הרה"ח ר' שלום מאיר עקשטיין הי"ו, דער רבי האט אריינגעשריבן עטליכע אותיות און מען האט געזינגען ניגוני שמחת התורה, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס בעניני סופרות און זכרונות פון הרה"ח ר' אהרן פאללאק ע"ה - סופר מומחה, דער רבי האט געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו.
אויך איז געווען אויף א באזוך בקו''פ הגה"צ ר' נפתלי אלימלך רייך שליט"א אב"ד פשעווארסק אנטווערפען, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבערן הגה''ק הייטב לב זיע''א און דערביי האט ער געוויזן פאר רבינו שליט"א א כתב מיט אן ארגינעלע חתימה פונעם ייטב לב אין וואס דער רבי האט מעיין געווען דערין א לענגערע צייט, דער רבי האט אים מכבד געווען מיט לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו.
אויך זענען אריין בקו''פ חברי 'מפעל חזקת טהרה' שע"י וועד המקוואות דבית הוראה קר''י וועלכע פארן ארום געבן השגחות אויף פילע מקוואות איבער גאנץ אמעריקע, זיי האבן איבערגעגעבן א באריכט פון די פילע פעולות להרבות טהרה בישראל און דערביי אנגעפרעגט פארשידענע הוראות איבער וויאזוי זיך צו פירן ביי פארשידענע אופנים, און דער רבי זיי האט מאציל געווען מברכת קדשו.
דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים לרגל שמחת קישור החיתון פון די מחותנים הרה"ח ר' יצחק אליקים שווארטץ הי"ו און הרה"ח ר' יואל ברמ"ב לאנדא הי"ו מגדולי עסקני קהלתינו הק' בכל אתר ואתר, מען האט געמאכט קבלת קנין און מען האט געזינגען ניגוני שמחה, דער רבי האט געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו.
אזוי אויך זענען אריין בקו''פ עסקני וועד לטהרינו און איבערגעגעבן א באריכט איבער די קאמפיין אין מבצר הכוללים ארויפצוגיין א דרגה בעניני טעכנעלאגיע, דער רבי האט איבערגעקוקט די קבלת טובות און די רשימה פון די הונדערטער אינגעלייט וועלכע האבן זיך מקבל געווען נישט צו פארמאגן קיין טעקסט, און מאציל געווען מברכת קדשו.
ארום 12:45 איז דער רבי אריבער אין די זאלן פון בית רחל אודיטאריום צו די סיום מסכת קידושין דורך די אריבער 400 תלמידי כתה ט' פון ביידע סניפים פון מוסדות קרית יואל בליעה''ר כ''י, מיט די השתתפות פון די עלטערן און זיידעס פון די בחורים. עס איז פארגעקומען א בחינה פומבי דורך הגה"צ ר' מאיר צוויבל שליט"א מרבני קהלתינו וומסב''ג, אויף גאנץ מסכת קידושין, און דערביי האט דער רבי אויך געפרעגט פילע שאלות פון די בחורים אויף וואס די בחורים האבן געענטפערט בטוב טעם ודעת, דערנאך האבן די בחורים צוזאמען אדורכגעלערנט די גאנצע מסכת. צו מאכן דעם סיום איז מכובד געווארן נכד רבינו הב' יוסף בן הרה"ג ר' חיים יעקב רוקח שליט"א -רב דביהמ"ד קול אליהו, און מיטן זאגן דעם הדרן נכד רבינו הב' אלימלך בן הרה"ג ר' חיים הערש אשכנזי שליט"א - רב דביהמ"ד רב טוב, און מיטן זאגן קדיש הרה"ח ר' פישל ב"ר יעקב ישראל פריינד הי"ו, דערנאך האט זיך דער גאנצער ציבור ארויסגעלאזט אין א פייערליכע טאנץ פאר א לענגערע צייט. דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פאר די בחורים און פארן גאנצן ציבור, און עקסטער פאר די מנהלים הר"ר יואל שפיטצער שליט"א און הר"ר בנימין בער בערקאוויטש שליט"א, און דערנאך משמיע געווען דב''ק און ארויסגעברענגט די שמחה ווען אזויפיל בחורים זענען מסיים א מסכת, און געזאגט אז עס זענען דא 408 בחורים אין כתה ט' וואס דאס איז בגי' "צום קול ממון" ווען 408 בחורים זענען עוסק בתורה איז דאס מעורר צום קול ממון און מען איז זוכה צו א כתיבה וחתימה טובה, און מסיים געווען בברכות לרוב. דערנאך האט דער רבי פארטיילט פאר אלע בחורים א זמירות ברך משה. מען האט געענדיגט ארום 1:30.
פון דארט איז דער רבי אריבער אויף ניחום אבלים ביי הגה''צ ר' קלמן האלבערשטאם שליט"א רב דביהמ"ד צאנז קק"י היושב ע"פ אחיו הגה''צ ר' ברוך ז"ל אדמו"ר מצאנז ב"פ, עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס בסיפורי בית צאנז און דער רבי האט געוואונטשן ברכת תנחומין.