מיטוואך האזינו א' - ד' סליחות 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
אום 5:45 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צו אמירת סליחות אין ביהמ"ד הגדול, בעל תפילה: הרה"ג ר' ארי' דוב קארנבלי שליט"א. מען האט געענדיגט ארום 6:20.
נאך סליחות איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' שלמה מנשה ב"ר יואל פאלקאוויטש הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
- ב"ר יוסף שאול ליכטנשטיין הי"ו.
- ב"ר נפתלי הירצקא יאקאב הי"ו.
דער רבי האט געבלאזן שופר און געזאגט פופצן קאפיטלעך תהילים כנהוג אום חודש אלול.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
אין די נאכמיטאג שעות האט דער רבי טעלעפאניש מנחם אבל געווען האדמו"ר מסטריזוב שליט"א און הרה"ג ר' אלטר אליעזר הורוויץ שליט"א רב דביהמ"ד קדושת יו"ט דקהלתינו הק' ב"פ און אחיו הרה"ג ר' זלמן לייב הורוויץ שליט"א - דומ"ץ מכון להוראה מאנסי, היושבים ע"פ אחיו /אביהם הגה"צ אבד"ק זאלישא זצ"ל.
זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 6:45 ביז 12:15 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף אוהעל קט.
ארום 7:30 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.
בעת די זמני כניסה זענען אריין בקו''פ רבני וועד העירובין שע"י בית הוראה דקרית יואל און האבן איבערגעגעבן א באריכט פאר רבינו שליט"א איבער די פילע פעולות פון די וועד משך די פארלאפענע יאר פאר די פילע עירובין איבער גאנץ קרית יואל און אין אלע שכונות איבער קרית יואל המורחבת, ווי צווישן אנדערע האט מען אין די פארגאנגענע וואכן פארענדיגט די עירוב פאר שכונת קדושת לוי, און פונעם מאסיווע פראיעקט צוזאמשטעלן אלע עירובין פון די שכונת אין טאון אוו מאנראו מיט'ן צענטראלע קרית יואל עירוב, דערביי האבן די חברי הנהלת וועד העירובין איבערגעגעבן א באריכט איבער די הצלחה פונעם קאמפיין וועלכע איז פארגעקומען אין די פארגאנגענע וואכן לטובת די וועד העירובין, דער רבי איז איבערגעגאנגען די ליסטעס פון די גרעסערע נדבנים מיט גרויס קורת
רוח, און אנגעוואונטשן ברכת קדשו פאר די רבני והנהלת וועד העירובין און באזונדער פאר הרה"ג ר' יואל קאהן שליט''א יו"ר הוועד.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:15.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
