'תחל שנה וברכותיה'
יו"ט ראש השנה תשפ"ז בצל הקודש פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
ערב יו''ט ארום 7:50 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען אין ביהמ"ד מעוטף בטליתו און צוגעגאנגען צו מנחה בהתעורורות רב, און נאך מנחה געזאגט דעם פיוט 'אחות קטנה' כנהוג.
נאך מנחה איז פארגעקומען א אפיעל פארן מבצר הכוללים מיט אירע אריבער 1,100 לומדי הכולל, עס האט אויפגעטרעטן דער מנהל הכוללים הרה"ג ר' וואלף אהרן טעלער שליט"א.
דער רבי צוגעגאנגען צו קבלת שבת ומערבית, און פארגעזאגט מזמור לדוד הבו לה' בני אלים פסוק בפסוק, און נאך מעריב לדוד מזמור באש קודש, כנהוג, מען האט געענדיגט ארום 9:40.
נאכן דאווענען איז רבינו שליט"א ארויף אויפן ארון הקודש צום 'ברכת הקודש' און געזאגט תורה אויפן פסוק 'אתם נצבים היום כולכם לפני ה' אלקיכם' און געטייטשט אז ברכת כהנים איז א ברכה כללית און א ברכה פרטית פאר יעדן פערזענליך וואס ער דארף, ווייל עס קומט פון שם הוי"ה, דאס איז די ישא ברכה מאת ה', שופר איז מרומז צום שם הוי"ה, אדער שב''ק וואס קומט אויך אראפ א ברכה דורך דעם שם הוי"ה, במילא ראש השנה שחל בשבת פעלט נישט אויס קיין תקיעת שופר, און מסיים געווען מיט ברכות לרוב אין אלע ענינים, רפואות, פרנסה, שידוכים, קינדער, ערליכע דורות, בחורים זאלן באפרייט ווערן פון מיליטער, און געזאגט אז חדו השתא ב'האי שעתא' איז בגי' תשפ"ז, עס זאל זיין א שנת חדו"ה ושמחה בבתי בני ישראל, און א שנת גאולה וישועה בביאת גואל צדק במהרה. און געוואונטשן לכל הקהל הקודש 'גוט שבת און א גוט יו"ט לשנה טובה תכתבו ותחתמו לאלתר לחיים טובים ולשלום'.
ויענו כל העם בקול אדיר 'אמן' ולעומתו ברוך יאמרו, האבן די אלפי ישראל צוריקגעוואונטשן פארן רבי'ן ברכת לשנה טובה ואף הוא ענה כנגד המברכים אמן, און געוואנטשן א גוט שבת א גוט יו''ט.
נאכן אראפגיין האט רבינו שליט"א עקסטער געוואונטשן לשנה טובה פאר הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א, און איז אהיים לביתו נאוה קודש.
ארום 11:25 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור בהיכל השלחנות. מען האט געזינגען שלום עליכם ביז מודה אני.
- הגבהת הכוס: הרה''ח ר' יצחק עהרנפעלד הי''ו.
נאך קידוש האט דער רבי אויפגעשניטן די חלה מיט א נייע מעסער און איינגעטונקען אין האניג דבש חי, און געמאכט א ברכת העץ אויף עפל איינגעטונקען אין האניג און געזאגט דעם יהי"ר שתתחדש עלינו שנה טובה ומתוקה, און פארטיילט שיריים פון עפל פארן גאנצן ציבור.
מען האט אריינגעברענגט דעם ראש כבש, דער רבי האט טועם געווען און געזאגט דעם יהי"ר שנהיה לראש ולא לזנב, און ביי די לחיים געוואונטשן 'א גוט געבענטשט יאר'.
מען האט אריינגעברענגט א קאפ פון א פיש און די מאכלי שבת ויו''ט, אין די זופ איז געליגן געקעסטעלטע לאקשן כנהוג, נאך די פלייש האט מען אויפגעגעבן זיסע מייערן און דער רבי האט געזאגט דעם יהי"ר שירבו זכיותינו.
מיט די זמירות לדוד מזמור האט דער רבי מכבד געווען הרה"ח ר' אלי' ניישטאדט הי''ו.
דער רבי האט געזאגט תורה אויף די סימנא טבא וואס מען עסט ליל ראש השנה און געטייטשט אז דורך א עבירה לשמה אדער תשובה מאהבה איז מען משפיע זחסדים פאר כלל ישראל און א מפלה פאר די אומה"ע, מען בלאזט צוויי מאל שופר ראש השנה טראץ עס איז בל תוסיף איז א עבירה לשמה כתקנת חז"ל, און פארדעם ביי די תקיעות דמעומד איז וודאי בהול, שב''ק איז משפיע אהבה פעלט נישט אויס קיין תקיעת שופר, פארדעם איז יעדע יאר ראש השנה דא סיי שירבו זכיותינו און סיי שיכרתו שונאינו.
- ברכת המזון: הרה''ח ר' אלי' שאול כ''ץ הי''ו (ב''פ).
- אז ביום השביעי: הרב יוסף מאיר שמידמאן שליט"א (מאנסי).
מען האט געענדיגט ארום 1:00.
