בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

מאנטאגג' תשרי תשפ"ז9/14/2026

באריכט
מאנטאג האזינו ב' - צום גדלי' 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

ארום 5:45 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צו אמירת סליחות אין ביהמ''ד הגדול, בעל תפילה: הרה"ח ר' דוד עקשטיין הי"ו. מען האט געענדיגט ארום 6:45, און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.

דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ''ד הגדול.
פארן דאווענען איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' אברהם ב"ר יקותיאל יוסף ניימאן הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.

דער רבי האט געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
- ב"ר יואל ב''ר ישעי' שבתי בראך הי''ו.
- ב''ר יעקב פאגעל הי''ו (קרית טאהש).
- ב''ר יעקב יואל גאלדבערגער הי''ו.
- ב''ר יואל ב''ר וואלף פארקאש הי''ו.
- ב''ר אברהם פארקאש הי''ו.
- ב''ר יעקב ווידער הי''ו.
ביים ליינען האט דער רבי עולה געווען שלישי.

נאכן דאווענען זענען אריין בקו''פ א קבוצה אנ''ש פון לאנדאן זיך געזעגענען נאכן וויילן אויף ראש השנה בצל הקודש.

אין די נאכמיטאג שעות האט דער רבי א לענגערע צייט געקליבן אתרוגים לכבוד חג הסוכות הבעל"ט געברענגט דורך הרה"ג ר' ליפא יואל פישער שליט"א - מו"ץ.

נאכמיטאג ארום 6:20 איז דער רבי אריינגעקומען צו תפילת מנחה ודרשת שבת שובה במעמד אלפי אנ''ש אין ביהמ"ד הגדול.
- בעל תפילה: הרה"ח ר' משה גאלדבערגער הי"ו.
- פתיחה: הרה"ח ר' אברהם קויפמאן הי"ו.
- כהן: הרה''ח ר' קאפיל שעהנברוין הי"ו.
- לוי: הגה"צ ר' חיים יוסף ווערצבערגער שליט"א רב דביהמ''ד הוניאד.
- שלישי - מפטיר: רבינו שליט"א.
- הגבה: הרה"ח ר' שאול לייב זאלדאן הי''ו.
- גלילה: הרה''ח ר' יושע ארי' גרינוואלד הי''ו.

נאך מנחה אום 6:50 האט זיך דער רבי מתעטף געווען מיטן טלית און ארויף צום ארון הקודש און מתפלל געווען א תפילה חרישות, דער רבי האט זיך אראפגעזעצט און אנגעהויבן די שבת שובה דרשה מיט א לענגערע דרוש ופלפול אין די סוגיא פון חצי שיעור און מיט עטליכע טייטשן בדרך אגדה, און נאך אריבער א שעה צייט ממשיך געווען מיט דברי מוסר, און אין זכות פון די פיר מאל שופר ראש השנה איז מען מתפלל צו הקב"ה צו מבטל זיין די גזירה פון גיוס בני ישיבות וואס איז כולל אין זיך די ג' עבירות חמורות, און די כסדר'דיגע מלחמות אין ארץ ישראל, און מחזק געווען די עסקנים וואס האבן מסדר געווען עקסטערע באסעס פאר מענער אין קרית יואל, און ממשיך געווען מיט חיזוק בעניני לימוד התורה און מחזק געווען אלע שיעורי תורה, און ביים סוף ארויסגעברענגט לשבח פון די תושבי קר"י זאגענדיג אז די מנהלים פון ת"ת און פון די ישיבות זאגן אז מען זעט א חילוק אויף א קינד וואס וואוינט אין קרית יואל אדער אין קרית יואל המורחבת, רביה"ק זיע''א האט מייסד געווען די שטאט און מען דערקענט עס אויף די תושבים אנשים נשים וטף, מען דארף דאנקן הקב"ה אז מען האט די זכי' צו וואוינען אין קר"י און מען דארף דאס נעמען אין באטראכט ווען מען איז בוחר ווי צו וואוינען, און מסיים געווען מיט הדרכה און ברכות לרוב פארן גאנצן ציבור.

מען האט געענדיגט די דרשה ארום 8:05 און דער רבי האט געזאגט קדיש דרבנן.
מען האט תיכף געדאווענט מעריב, בעל תפילה: הרה"ח ר' גרשון מענדל פעלדמאן הי"ו.
נאך מעריב איז דער רבי אריין בחדרו הפרטי ווי דער רבי האט אויסגעפאסט און עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס מיט בנו הגה"צ אבד''ק וומסב''ג שליט''א אין די סוגיא.
דער רבי האט פארלאזט דעם ביהמ''ד ארום 9:00.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
👁 321