בס"ד · Satmara Niyesאידיש
Satmara Niyes Satmara Niyes

The news is written in Yiddish. Translate news to English

Tuesday11 Tishrei 57879/22/2026

Report
דינסטאג ברכה 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
- ב"ר משה ברוך כ''ץ הי"ו.
- ב"ר משה יצחק איצקאוויטש הי"ו.
- ב"ר קלמן יעקב ווייס הי"ו.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

אין די פארמיטאג שעות האט דער רבי געלייגט סכך אין די פריוואטע סוכה בביתו נאוה קודש און געזאגט לשם צל סוכה, און איבערגעגעבן פארשידענע הוראות און זיך באדאנקט פאר די עסקנים העוסקים במלאכת הקודש אהערצושטעלן די סוכה.

ארום 6:50 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש, און ארום 8:15 האט דער רבי געמאכט קידוש לבנה פארנט פון ביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:20 ביז 11:40 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 10:40 און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
👁 408