פרייטאג ברכה - ערב סוכות 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים. - ב''ר אלעזר רובינפעלד הי''ו. - ב''ר דוד שפילמאן הי''ו. דערנאך האט דער רבי געצינדן לעכט לרגל די יומדה"ק פונעם הייליגן קאזניצער מגיד זיע''א.
נאכן דאווענען האט מען אריבערגעברענגט בחדרו הפרטי די ערבות פאר די ד' מינים ווי דער רבי האט פאר א לענגערע צייט איבערגעקוקט און געקליבן די ערבות לכבוד יו"ט, דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
נאך שחרית האט הרה"ח ר' ברוך ליפא לעווי הי"ו מגדולי עסקני קהלתינו הק' אריבערגעברענגט פאר רבינו שליט"א בביתו נאוה קודש א הערליכע געפלאכטענע קיישעלע פארן לולב, דער רבי האט זיך באדאנקט און אנגעוואונטשן ברכת קדשו.