בס"ד - סאטמארע נייעס
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

מיטוואךי"ט תשרי תשפ"ז9/30/2026

באריכט
ימים הראשונים של חג הסוכות תשפ"ז בצל הקודש פון כ"ק רבינו הגה''ק שליט"א*

אין די נאכמיטאג שעות האט דער רבי געבינדן די לולב כנהוג.

ארום 7:35 איז דער רבי אריינגעקומען צו אין ביהמ''ד מעוטף בטליתו און צוגעגאנגען צו מנחה. קבלת שבת ומערבית; הר''ר מאיר משה מאשקאוויטש שליט''א. מען האט געענדיגט
ארום 8:50. דער רבי איז ארויף אויפן ארון הקודש און געוואונטשן פארן גאנצן ציבור צוזאמען 'א גוט שבת און א גוט יו"ט', און אהיים לביתו נאוה קודש.

ארום 11:15 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור אינעם סוכה הגדולה.
דער רבי האט איינגעלאדענט די אושפיזין און אנגעהויבן שלום עליכם ברגש ובנעימה.
- הגבהת הכוס: הרה"ח ר' אברהם יודא ראזענבערג הי"ו (וומסב''ג).
די בעלי אושפיזין האבן געשטעלט וויין, ביי די מייערן האט דער רבי פארטיילט שיריים פאר די בעלי אושפיזין, און נאך די פלייש האבן די בעלי אושפיזין אויפגעגעבן קוגלען און דער רבי האט פארטיילט שיריים.

- כל מקדש: הר''ר שמעון זאב מייזליש שליט''א חתן הגה"צ אבד''ק מאנטרעאל שליט''א.
- מנוחה ושמחה: הר''ר אברהם וואלף פריעדמאן שליט''א.

דער רבי האט געזאגט תורה אויפן מדרש 'אתה אמרת והשענו תחת העץ חייך שאני פורע לבניך מצות סוכה' און געטייטשט אז אלע גרים במשך די דורות זענען פון די גרים וואס אברהם אבינו האט געמאכט, און זענען ארויסגעקומען רבי מאיר מיט רבי עקיבא וואס זיי האלטן אז כלל ישראל האט א דין בנים למקום און נאר צוליב דעם מעג כלל ישראל זיצן אין די סוכה וואס איז די שרביט של מלך, אזוי אויך די גרים וואס אברהם אבינו האט געמאכט האבן זיך צושפרייט אין די גאנצע וועלט און זיי האבן מזכך געווען דעם אויר אזוי ווי דער תפארת שלמה זאגט אויף די אוכלי משולחנו פונעם בעש"ט זיע''א אז זיי האבן מער נישט געהאט קיין תאוות אכילה, על אחת כמה וכמה די אוכלי משולחנו פון אברהם אבינו האבן זיכער באקומען א קדושה וואס זיי האבן נאכדעם פארשפרייט, און דאס אז כלל ישראל קען היינט צוטאגס אין די טמא'נע גלות זיצן בצילא דהימנותא איז אלעס צו פארדאנקן די גרים וואס אברהם אבינו האט געמאכט.

- קה אכסוף: הרה''ח ר' אברהם שמחה פריעדמאן הי''ו.
- ברכת המזון: הרה"ח ר' אברהם ווידער הי"ו - ראה"ק.
עובדות וסיפורים די וואך האט רבינו שליט''א דערציילט פון הרה''ק קאזניצער מגיד זיע''א וואס די יארצייט איז געפאלן ערב סוכות.
מען האט אויפגעגעבן פירות.
- אז ביום השביעי: הרה''ח ר' אברהם יודא ראזענבערג הי''ו.
מען האט געענדיגט ארום 1:00.
👁 464
אין טעלעגראם