בס"ד - סאטמארע נייעס
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

מיטוואךי"ט תשרי תשפ"ז9/30/2026

באריכט
מוצאי יו"ט - ליל אושפיזא דיעקב

צוליב די רעגן האט זיך דער רבי געוואשן צו די סעודה אין די סוכה בביתו נאוה קודש, די אנוועזנדע בעלי אושפיזין האבן אויפגעגעבן קוגלען לכבוד די אושפיזין.
- ברכהמ''ז: משב"ק הרה''ח ר' יושע מענדלאוויטש הי''ו.

דער רבי איז אריינגעקומען צו די זמירות ודברי תורה אין ביהמ''ד הגדול ארום 12:00.
ביים אריינקומען האט דער רבי געטאנצן אויפן פלאץ פאר עטליכע מינוט, מען האט מאריך געווען בשירות ותשבחות ניגוני יו"ט סוכות,
מיט די שיר המעלות האט דער רבי מכבד געווען.
- הרה"ג ר' זלמן לייב רובין שליט"א אדמו"ר מדינוב מאנסי.
- נכד רבינו הרה''ג ר' חיים יעקב רוקח שליט''א רב דביהמ''ד קול אליהו.
- הר''ר יעקב גראס שליט''א.

דער רבי האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'ויצא יעקב מבאר שבע וכו' והנה סולם מוצב ארצה' און געטייטשט אז ווען יעקב אבינו האט געזען אז מלאכים גייען ארויף און אראפ איז אים שווער געווען אז אויב אזוי פארוואס האט אויסגעפעלט אז משה רבינו זאל ארויפגיין נעמען די תורה, הקב"ה האט דאך עס געקענט שיקן מיט א מלאך אלץ א שליח? אלא מאי האט יעקב אבינו פארשטאנען אז מתן תורה האט א דין פון תורת קידושין פון הקב"ה צו כלל ישראל במילא האט הקב"ה נישט געקענט שיקן א מלאך אלץ א שליח וויבאלד כל שאינו בתורת גיטין וקידושין קען נישט זיין קיין שליח פאר קידושין, במילא האט זיך יעקב אבינו געטרייסט אז הקב"ה וועט אויך נישט קענען שיקן קיין גט פאר כלל ישראל מיט א מלאך אלץ א שליח, אויב הקב"ה האט א דין בעל לאשה צו כלל ישראל דארף הקב"ה צושטעלן אלע חיובי בעל לאשה, פרנסה, רפואות, און אויסלייזן פון גלות.

דערנאך האט מען ממשיך געווען בשירה וזמרה און דער רבי האט זיך אויפגעשטעלט טאנצן לכבוד שמחת בית השואבה. מען האט געענדיגט ארום 12:50.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
👁 464
אין טעלעגראם