בס"ד · Satmara Niyesאידיש
Satmara Niyes Satmara Niyes

The news is written in Yiddish. Translate news to English

Monday17 Tishrei 57879/28/2026

Report
מאנטאג - יום א' דחול המועד סוכות 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי האט דער רבי געלייגט תפילין בביתו נאוה קודש פארן בר מצוה בחור ב"ר יחזקאל דוב באנדא הי"ו.

דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת שחרית ארום 10:15.
- בעל תפילה: הרה"ח ר' עקיבא הירש הי"ו (וומסב''ג).
דער רבי איז צוגעגאנגען צו הלל און אפגעראכטן די עבודת הקודש ביי די נענועים און דערנאך פארגעזאגט די הושענות.

- פתיחה: הרה''ח ר' יצחק ברוך ברוין הי''ו (מאנסי).
- כהן: הרה"ח ר' מענדל מאיר גליק הי"ו (וומסב''ג).
- לוי: הרה"ח ר' חיים לעווי הי"ו (וויען).
- שלישי: הרה"צ ר' נפתלי הורוויץ שליט''א מראחוב לאנדאן.
- רביעי: רבינו שליט"א.
- הגבה: הר''ר יוקל שלעזינגער שליט''א (לאנדאן).
- גלילה: הב' הבר מצוה ב"ר יחזקאל דוב באנדא הי''ו.

- מוסף: הר"ר חיים אלעזר ווייס שליט"א מחמעלניק מאנסי.
מען האט געענדיגט ארום 12:40.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' יעקב ישראל מאיר ווייס הי''ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.

דערנאך איז דער רבי ארויס פארנט פון ביהמ''ד און זיך משתתף געווען ביי די לויה און מלוה געווען די מטה פון הרה''ח ר' עמרם כהן ז"ל.

דערנאך איז דער רבי אריבער אין שטוב פון הרה''ח ר' חיים בערקאוויטש הי''ו ווי עס איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל חתנו ר' ליפא ב"ר העניך שווארטץ הי''ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.

אין די נאכמיטאג שעות זענען אריין בקו''פ חברי וועד להוצאת ספרי רבינו און האבן אריבערגעברענגט די נייע ספר לב אהרן על סוגיות הש"ס אויף מסכת גיטין וועלכע איז נארוואס ערשינען פון דרוק, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער פארשידענע סוגיות הש"ס, און איבער די ספרי לב אהרן וועלכע האלט שוין ביי די 23'סטע באנד, דער רבי האט געטרינקן לחיים לכבוד די שמחה און מאציל געווען מברכת קדשו פאר אלע חברי הוועד.

נאכמיטאג ארום 6:15 איז געווען אויף א ביקור חג הגה"צ רבי מנחם מאיר ווייסמאנדל שליט"א אבד"ק נייטרא מאנסי, עס האט זיך פארצויגן א לענגערע הלכה'דיגע שמועס פאר קרוב צו א שעה איבער פארשידענע שאלות בעניני יו"ט סוכות וועלכע האבן זיך געמאכט און נאך פארשידענע אינטערעסאנטע שאלות, דער רבי האט אים ווארעם מאציל געווען מברכת קדשו און געגעבן ספרו החדש לב אהרן - גיטין און ארויסבאגלייט ביז צו די גאס.

דער רבי האט געדאווענט מנחה ארום 7:30 בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
צווישן מנחה און מעריב איז געווען זמני כניסה פאר אנ''ש.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
👁 464