בס"ד - סאטמארע נייעס
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

מיטוואךי"ט תשרי תשפ"ז9/30/2026

באריכט
ליל ב' דחוה"מ - אושפיזא דמשה

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 9:10 בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.

דער רבי איז אריינגעקומען צום שלחן הטהור אין די סוכה הגדולה ארום 11:00.
דער רבי האט געזאגט די סדר אושפיזין, און זיך געוואשן, און מען האט אויפגעגעבן די מאכלים אזוי ווי יו''ט, די בעלי אושפיזין האבן געשטעלט וויין, און נאך די פלייש האבן די בעלי אושפיזין אויפגעגעבן קוגלען און דער רבי האט פארטיילט שיריים.

מיט די שיר המעלות האט דער רבי מכבד געווען:
- הרה''ג רבי יואל מייזליש שליט''א רב דביהמ''ד ברך משה סיגוט.
- נכדו הרה''ג ר' זלמן טייטלבוים שליט''א רב דביהמ''ד בית מנחם זאב.
- הרה''ג ר' יואל אפענהיים שליט''א דומ"ץ בית מדרשינו בשכונת זרע קודש.

דער רבי האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'ולכל המורא הגדול אשר עשה משה לעיני כל ישראל' און נאכגעזאגט פונעם תפארת שלמה אז די סיבה פארוואס משה רבינו האט אפגעשטופט מתן תורה מיט נאך א טאג איז געווען צו ווייזן פאר הקב"ה און פאר כלל ישראל אז מתן תורה קומט מיט א תנאי אז הקב"ה גוזר וצדיק מבטלו צדיק גוזר והקב"ה מקיים, און מאריך געווען און ארויסגעברענגט אז די סיבה פארוואס כלל ישראל איז ארויס פאר די צייט איז וויבאלד משה רבינו האט מבטל געווען די גזירה פון גלות מצרים, במילא פעלט זיך שוין נישט אויס אז שאר גליות זאלן משלים זיין און מען קען שוין ארויסגיין פון גלות בכל יום, משה רבינו האט מתפלל געווען פאר כלל ישראל און די תפילות זענען עושה רושם עד היום הזה, לא כהתה עינו ולא נס ליחו און מען איז עומד אינעם גלות נאר אין די זכות פון משה רבינו, און מסיים געווען מיט ברכות לרוב.

ברכהמ''ז: הר''ר דוד משה ראזענבוים שליט''א רב דביהמ''ד תפילה לדוד קרעטשניף.

נאכן בענטשן האט דער רבי פארציילט זכרונות פון די טישן ביי רביה"ק בעל דברי יואל זיע''א אום חוה"מ סוכות און דערציילט ווי רביה''ק זיע''א פלעגט אים מכבד זיין ביי אושפיזא דאהרן אלץ קינד מיט שיר המעלות און אלץ בחור מיטן בענטשן, און ווי רביה''ק האט דעמאלטס פארציילט אז אביו הגה"ק בעל קדושת יו"ט זיע''א האט אים אלץ קינד געהייסן שטעלן טרויבן ביי אושפיזא דמשה זאגענדיג אז עס איז זיין אושפיזא צוליב די פסוק ויואל משה, דערנאך האט זיך דער רבי אויפגעשטעלט טאנצן פאר א לענגערע צייט לכבוד שמחת בית השואבה. מען האט געענדיגט ארום 12:50.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
👁 464
אין טעלעגראם