בס"ד - סאטמארע נייעס
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

דינסטאגכ"ה תשרי תשפ"ז10/6/2026

באריכט
דינסטאג - יום ב' דחוה"מ סוכות 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי האט דער רבי געלייגט תפילין בביתו נאוה קודש פארן בר מצוה בחור ב"ר יעקב יצחק ב"ר בערל שטיין הי"ו.

דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת שחרית ארום 10:20.
- בעל תפילה: הרה"ח ר' אלחנן טויב הי"ו.
דער רבי איז צוגעגאנגען צו הלל און אפגעראכטן די עבודת הקודש פון די נענועים, און דערנאך פארגעזאגט די הושענות.

- פתיחה איז מכובד געווארן הרה"ח ר' זלמן לייב קליין הי"ו (לאנדאן).
- בעל קורא: נכד רבינו הרב יחזקאל שרגא טייטלבוים שליט"א בן הגה"צ רב דביהמ"ד בית ברוך שליט"א.
- כהן: הרה"ח ר' נפתלי הירצקא קאהן הי"ו.
- לוי: הרה"ג ר' חיים נחום גאטליעב שליט"א מו"ץ.
- שלישי: נכד רבינו הרה"ג ר' חיים יעקב רוקח שליט"א רב דביהמ"ד קול אליהו.
- רביעי: רבינו שליט"א.
- הגבה: הר"ר משה יוסף אשכנזי שליט"א (מאנסי).
- גלילה: הרה"ח ר' יואל ראטה הי"ו (ירושלים).

- מוסף: נכד רבינו הר"ר ליפא טייטלבוים שליט"א בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' משה ארי' ברא"י גראס הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.

ארום 4:10 איז דער רבי אריבער אין ביהמ"ד הגדול צום שמחת הכנסת ספר תורה וועלכע איז אריינגעגעבן געווארן דורך נכדו הר''ר חיים הערש טייטלבוים שליט"א לע"נ הגה"ק רבי שלום אליעזר מראצפערט זיע''א.
דער רבי האט איבערגענומען די ס''ת און אפגעראכטן די ריקודי קודש א לענגערע צייט, און מכבד געווען צו טאנצן די זיידעס הגה"צ אבד''ק ב"פ שליט"א, הגה"צ אבד''ק וומסב''ג שליט"א און האדמו"ר ממאשלוי שליט"א, און דערנאך נכדו הר''ר חיים הערש שליט"א און אחיו הגה"צ רב דקהלתינו ב''פ 15 שליט"א.
דערנאך האט דער רבי פארגעזאגט לדוד מזמור און געזאגט קדיש, מען האט געענדיגט ארום 4:30.

נאך עטליכע מינוט איז דער רבי אריינגעקומען צום מסיבת לחיים בהסוכה הגדולה, ביים אריינקומען האט דער רבי געטאנצן אויפן פלאץ, מען האט געזינגען עטליכע ניגונים און עס האט אויפגעטרעטן הר''ר חיים הערש שליט"א.
דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פאר הר''ר חיים הערש שליט"א, זיידעס הרבנים שליט"א, און פארן גאנצן ציבור, און משמיע געווען דב"ק אויפן פסוק 'ולכל המורא הגדול אשר עשה משה לעיני כל ישראל - בראשית ברא אלקים' און געטייטשט אז משה רבינו האט אראפגעברענגט א מורא הגדול לעיני כל ישראל בראשית, אז די גאנצע קיום העולם איז נאר צוליב די תורה הק', און געזאגט אז דאס איז פאסיג צו זאגן ביי א הכנס"ת לע"נ הרה"ק רבי שלום אליעזר מראצפערט זי"ע א זון פון קודש הקדשים דער הייליגער צאנזער רב זי''ע וואס ווער עס איז געקומען קיין צאנז האט דאס געלערנט אז די תורה הק' איז די קיום העולם, און ארומגערעדט איבער די דביקות פון אבותינו ורבותינו הק' צום הייליגן צאנזער רב זיע''א און פלעגן אלץ ארומרעדן איבער זיין קדושה און עבודת השם, ובפרט אביו רביה"ק בעל ברך משה זיע''א וועלכע איז אסאך נתגדל געווארן אין ראצפערט, און ארויסגעברענגט די שמחה אז זיינס אן אייניקל שפירט א קשר צו ראצפערט און צאנז און גיבט אריין א ספר תורה לעילו נשמתו, און אנגעוואונטשן ברכות לרוב פארן בעל שמחה אז די זכות אבות זאל מגין זיין אויף די גאנצע משפחה און מען זאל קענען בלייבן מקושר צו די אבות הק', און געזאגט אז כדאי הוא די צדיקים וקדושים זיע''א אז זיי זאלן קענען מגין זיין און משפיע זיין כל טוב פאר אלע נאספים ומשתתפים, און מסיים געווען בברכת קדשו.
מען האט ממשיך געווען מיט עטליכע ניגונים, מען האט געענדיגט ארום 5:20.

ארום 5:30 האט דער רבי משמיע געווען דב"ק דורך א הוקאפ פאר אנשי שלומינו אין בני ברק ביים מסיבת שמחת בית השואבה לכבוד אושפיזא דאהרן כהנא קדישא, דער רבי האט געזאגט דברי תורה לכבוד יו"ט סוכות און ארויסגעברענגט די הנאה פון די גוטע גריסן וואס מען באקומט כסדר פון קהלתינו ומוסדותינו הק' פון בני ברק און מעורר געווען צו שטיין על המשמר איינצוהאלטן אלע תקנות וואס דער מייסד השיכון רביה''ק בעל דברי יואל זיע''א האט אוועקגעשטעלט בעניני צניעות וכו', און דערביי באגריסט די חשובע נגידים געסט בארה"ק וועלכע האבן זיך מתחייב געווען איבערצובויען דעם בנין הת"ת און ביהמ"ד לשם ולתפארת, און מסיים געווען ברוב ברכות.

ארום 5:45 איז אריבערגעקומען בקו''פ הגאון הגדול הדומ''ץ שליט''א ווי עס איז פארגעקומען א אסיפה דן צו זיין איבער א קאמפלעצירטע שווערע הלכה שאלה וועלכע האט זיך געמאכט אין קרית יואל, און מען איז א לענגערע צייט איבערגעגאנגען אלע פרטי השאלה און שיטת הפוסקים אין די נושא.

ארום 6:45 איז געווען אויף א ביקור חג בקו''פ הרב הגאון ר' אהרן מרדכי בריסק שליט"א דומ"ץ טאשנאד מאנסי, עס האט זיך פארצויגן א שיינע הלכה'דיגע שמועס בכמה ענינים און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו.

דער רבי האט געדאווענט מנחה ארום 7:15 בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
צווישן מנחה און מעריב איז געווען זמני כניסה פאר אנ''ש מעבר לים וועלכע זענען געקומען אויף יו"ט שמחת תורה בצל הקודש.
👁 313
אין טעלעגראם