בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

דינסטאגכ"ה תשרי תשפ"ז10/6/2026

באריכט
ליל ד' דחוה"מ - אושפיזא דיוסף 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 9:10 בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
פאר מעריב האט דער רבי געצינדען לעכט לרגל די יארצייט פון די באבע הרבנית רחל ע"ה אשת חבר פון מרן הגה"ק בעל ייטב לב זיע''א.

דער רבי איז אריינגעקומען צום שלחן הטהור אין די סוכה הגדולה ארום 11:20. דער רבי האט געזאגט די סדר אושפיזין, און זיך געוואשן, מען האט אויפגעגעבן די מאכלים אזוי ווי יו''ט, די בעלי אושפיזין האבן געשטעלט וויין, און נאך די פלייש האבן די בעלי אושפיזין אויפגעגעבן קוגלען און דער רבי האט פארטיילט שיריים.

מיט די שיר המעלות האט דער רבי מכבד געווען:
- הרה''ג ר' יוסף לייב קאהן שליט''א,
- הרה"צ רבי ישראל לייפער שליט''א מווערדאן וומסב''ג.
- הרה''ג ר' חיים ארי' כהנא שליט''א רב דביהמ''ד זכרון אלימלך מאנסי.

דער רבי האט משמיע געווען דב''ק אויפן פסוק 'וליוסף אמר מבורכת ה' ארצו' און געטייטשט אז מען דארף מקיים זיין א מצוה מיט א התלהבות און א ברען און דאס איז מקדש די גוף און נאר אזוי קען מען אריינגיין אין די סוכה וואס איז בצילא דהימנותא, 'בית יוסף להבה' מען דארף מקיים זיין א מצוה מיט א להבות אש, הדלקה עושה מצוה, און מעורר געווען זיך צוריקצוהאלטן פון זאכן וואס ברענגן אריין א קרירות אין א מענטש, און שטארק ארומגערעדט איבער די שעדליכקייט פון די נישט איידעלע ניגונים און טענץ ביי חתונות און מעורר געווען די בחורים און אינגעלייט צו שטיין על המשמר אנצוהאלטן די ערליכע ניגונים כבימי קדם, און מסיים געווען מיט ברכות לרוב.

מיטן בענטשן האט דער רבי מכבד געווען חדב''ן הגה''צ רב דביהמ''ד בית חיים יעקב שליט''א.
דערנאך האט זיך דער רבי אויפגעשטעלט טאנצן א לענגערע צייט לכבוד שמחת בית השואבה. מען האט געענדיגט ארום 1:00 .

דאנערשטאג - יום ד' דחול המועד סוכות

דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת שחרית ארום 10:20.
דער רבי האט געצינדן לעכט און געזאגט די קדישים לרגל די יארצייט פון די באבע הרבנית רחל ע"ה.
- בעל תפילה: הרה"ח ר' יואל בר"ע הירש הי"ו.
דער רבי איז צוגעגאנגען צו הלל און אפגעראכטן די עבודת הקודש פון די נענועים, און דערנאך פארגעזאגט די הושענות.

- פתיחה: הרה''ח ר' לייבוש פרנס הי''ו (מאנסי).
- כהן: הרב משה ברח"א כהנא שליט''א (מאנסי).
- לוי: הרה"ח ר' שלום לאנדא הי''ו.
- שלישי: נכד רבינו הרה''ג ר' זלמן טייטלבוים שליט''א רב דביהמ''ד בית מנחם זאב.
- רביעי: רבינו שליט"א.
- הגבה: נכד רבינו הרב אשר אנשיל אשכנזי שליט''א (מאנטשעסטער).
- גלילה: הר''ר מאיר יוסף גראס שליט''א (וומסב''ג).
נאכן ליינען האבן גומל געבענטשט קרוב צו הונדערט פרישע געסט וועלכע זענען געקומען אויף יו"ט שמחת תורה בצל הקודש.

- מוסף: הרה''ח ר' עקיבא וויינשטאק הי''ו.
מען האט געענדיגט ארום 1:00.

דער רבי האט געדאווענט מנחה ארום 5:45 בביתו נאוה קודש.

נאך מנחה איז געווען אויף א באזוך בקו''פ האדמו"ר רבי יאשיהו פינטו שליט''א ראש מוסדות שובה ישראל,עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער זיינע מוסדות פאר בעלי תשובה איבער די גאנצע וועלט, דער רבי האט אים מכבד געווען מיט לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו און ארויסבאגלייט ביז צו די גאס.

אויך איז אריין בקו''פ הרבני הנגיד ר' זלמן לייב קאפפעל הי''ו אינאיינעם מיט די חברי הנהלת מוסדות קרית יואל, ווי ער האט מנדב געווען א גרויסע סכום לטובת די נייע בניני המוסדות וועלכע בויען זיך יעצט אין קרית יואל, הרבני הנגיד ר' זלמן לייב הי''ו האט איבערגעגעבן דעם גאנצן סכום אויפן פלאץ און דער רבי האט אים גאר ווארעם מאציל געווען מברכת קדשו.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
👁 313