דינסטאג וירא
אינדערפרי איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' יעקב ב"ר אהרן שווארטץ הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף עצי חיים שיעור ג'. נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל ל"ג פסוק ט'. און דערנאך קובע געווען א מזוזה אויפן היכל הביהמ"ד וועלכער איז אין די טעג פארברייטערט געווארן.
ארום 5:45 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
פארנאכטס איז דער רבי אריינגעפארן קיין וומסב''ג צו די וועכנטליכע זמני כניסה.
זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:30 ביז 12:15 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף היוז סט.
בעת די זמני כניסה איז אריין בקו''פ הגה''צ ר' אנשיל שעהר שליט''א אב''ד קלעסאן, מקבל זיין ברכת הקודש לרגל נישואי בתו הצעירה למז"ט. עס האט זיך פארצויגן א שיינער שמועס איבער מנהגי נישואין און בשבח פון קהלתינו הק' אין לינדען, וואו חתנו הרב הגאון ר' אליעזר מרדכי סופר שליט"א דינט אלץ רב דקהלתינו, און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו.
אויך איז פארגעקומען אן אסיפה מיט די וועד החינוך פון מוסדותינו הק' ב"פ לקראת די אסיפה 'מסורתינו' וואס קומט פאר קומענדיגן מיטוואך חיי שרה פאר אלע אינגעלייט וואס האבן חתונה געהאט די לעצטע פינף יאר, וואו עס וועט אויפטרעטן מיטן חובת השעה הגה''צ אבד''ק וומסב''ג שליט''א בשליחות הקודש פון רבינו שליט''א, מען איז איבערגעגאנגען מיטן רבי'ן די פונקטליכע פרטים וואס מען זאל אויסשמועסן ביים מעמד און אלע תקנות המוסדות, און דער רבי האט געגעבן ברכת הקודש.
אויך זענען אריין בקו''פ הנהלת התאחדות אברכים אינאיינעם מיט הנהלת חבורת יסודי התורה פון קהלתינו הק' וומסב''ג, צו לאדענען רבינו שליט"א צום סיום מסכת בבא קמא במסגרת חבורת יסודי התורה קומענדיגן מוצש"ק חיי שרה אין וומסב''ג. עס האט זיך פארצויגן א שמועס איבער די ריבוי הלומדים והנבחנים אין חבורת יסודי התורה וועלכע שטעלן זיך צום פארהער יעדן חודש, און דער רבי האט מאציל געווען מברכת קדשו.
אויך איז אריין הרה"ג ר' יצחק מוטצען שליט"א וועלכער האט געברענגט זיין נייעם ספר 'הואיל משה' עה"ת חלק ח', סהאט זיך פארצויגן א לענגערע שמועס בדברי תורה בדרך דרוש ואגדה, און דער רבי האט זיך באדאנקט פארן ספר און אויף זיינע גליונות 'הואיל משה' וואס קומט ארויס מדי שבוע בשבוע און אים מאציל געווען מברכת קדשו.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:20 און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.
