מאנטאג חיי שרה 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף דברי יואל. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
- ב"ר יואל ב''ר הערש אלימלך עקשטיין הי''ו. - ב''ר שמואל קליין הי''ו. - ב''ר אלכסנדר זיכערמאן הי''ו.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה, און נאכן דאווענען פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל ל"ג פסוק ט"ו. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
אין די פארמיטאג שעות איז דער רבי געווען אויף די וועכענטליכע באזוך אינעם בית השחיטה המהודרת.
ארום 1:20 איז דער רבי אריבער אין בנין הת"ת 'בנין ווידער פאלאטשעק' אויף די רימנוב גאס צום מעמד 'התחלת לימוד גמרא' פאר די קרוב צו 500 תלמידי כתה ד' פון אלע פיר סניפים פון מוסדות קרית יואל. די קינדער האבן געזינגען עטליכע ניגונים און פארגעזינגען חרוזים לכבוד המעמד. דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פאר די מנהלים, מלמדים, און פאר אלע קינדער, און פארטיילט שיריים פאר די אייניקלעך. דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דב''ק ארויסברענגענדיג די שמחה פון די קינדער אז מען הייבט שוין אן צו לערנען גמרא, און די קורת רוח וואס רביה"ק בעל דברי יואל זיע''א האט בגנזי מרומים זעענדיג אז אין קרית יואל זענען דא קרוב צו 500 קינדער פון איין יארגאנג וואס הייבן אן צו לערנען גמרא, און אנגעוואונטשן ברכות לרוב. דערנאך האט דער רבי פארטיילט שיריים פאר די מלמדים צו פארטיילן פאר די קינדער. מען האט געענדיגט ארום 1:50.
אין די נאכמיטאג שעות איז אריין בקו''פ הגה''צ ר' הערש אלימלך טייטלבוים שליט"א רב דביהמ"ד תפילה למשה דקהלתינו הק' ב"פ מקבל זיין ברכת הקודש לרגל נישואי בתו למז"ט. עס האט זיך פארצויגן א שיינער שמועס, און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו.
נאכמיטאג איז דער רבי ארויף אין ישיבה סניף דברי יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי. און ארום 5:30 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.
זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:15 ביז 11:30 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
ארום 9:40 איז דער רבי אראפ אין די זאלן בביתו נאוה קודש ווי דער רבי האט געליינט די תנאים פון די מחותנים. - הרה"ח ר' יואל ברש"י שטיינמעטץ הי"ו און הר"ר שמואל מאיר לעווי שליט"א. - הרה"ח ר' דוד אלי' קטינא הי"ו און הרה"ח ר' יעקב מאיר ווייס הי"ו.
בעת די זמני כניסה איז אריין בקו''פ הר"ר שמעון שישא שליט"א ראש המצילים אינערהאלב מרכז עזרה ויעוץ שע"י העדה החרדית להצלת בחורי ישראל משמד הגיוס, וועלכער געפינט זיך יעצט אין אמעריקע צו שאפן געלטער פאר די פילע אפיסעס וואס מען האט אויפגעשטעלט אין גאנץ ארץ ישראל נאכצוקומען די ארבעט. מען האט ארומגערעדט א לענגערע צייט איבער דעם שווערן מצב וואס מען געפינט זיך יעצט אין ארה"ק מיט די ביטערע גזירה פון גיוס בני ישיבות, און פון אלע שיכטן און קרייזן ווענדט מען זיך צו מרכז עזרה ויעוץ פאר הילף. דער רבי האט שטארק מחזק געווען די פעולות לטובה פון עזרה ויועץ, און מאציל געווען מברכת קדשו פארן ראש המצילים הר"ר שמעון שליט"א, פאר הרה"ח ר' יצחק שיפף הי"ו (מאנסי) יו"ר הנהלת עזרה ויועץ בארה"ב, און פאר מוה"ר וועלוול קוביטשעק הי''ו (בית שמש) מעסקני עזרה ויעוץ.
ארום 11:30 האט דער רבי געדאווענט מעריב, און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.