בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

מיטוואךכ"ו תשרי תשפ"א10/14/2020

באריכט
שטייענדיג שוין אפאר טאג נאך די הייליגע צווייטע טעג יו"ט קען מען זיך שוין אביסל צוזאמנעמען די מוחות און פראובירען אביסל ארויסברענגען די הרגשים וואס רבבות אלופי אלפי ישראל האבן זוכה געווען מיטצוהאלטן די לעכטיגע טעג בצל הקודש פון אבינו רועינו עט"ר כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א וואס דיו אילו ימי איז דאס נישט מעגליך צו ארויסברענגען
אשרינו מה טוב חלקינו אז מיר האבן זוכה געווען צו אזעלעכע הייליגע טעג המשלשים בשלש קדושת לקדוש פון דריי מעת לעת'ן הושענא רבא שמיני עצרת שמחת תורה בשמחת התורה ושמחה של מצוה בהתרוממות הנפש ומה נעים גורלינו צו זיין בצילא קדישא פון צדיק כתמר און זוכה געווען צו שעפן מבאר מים חיים און זיך דערווארעמט אויף אגאנץ יאר ומה יפה ירושתינו די אנדערע טעג יו"ט שירושה לנו מרבותינו הק' בקרתא דשופריא קרית יואל מקום שהתפללו בו רבותינו הקדושים ואשרי עין ראתה קהל קדושים רוגשים כולם כאחד די שמחה של מצוה און אהיים מלא וגדוש מיט השפעות טובות בגשמיות וברוחניות ויהא רעוא אז די רשימא קדישא זאל בלייבן איינגעקריצט לעד ולנצח דא וועלען מיר בלויז איבערגעבן דברים כהוויתן סדר הימים ויתר מה שקראנו לפניכם כתוב כאן.

הושענא רבא צווישען מנחה און מעריב האט די רבי אויפגענומען די געסט מעבר לים בחדרי הפרטי בביהמ"ד הגדול פאר א לענגערע צייט נאך משנה תורה איז פארגעקומען די התרוממת'דיגע טיש ווי מען האט געזינגען ניגוני ימים נוראים בהשתפחות הנפש ביי די לחיים נאך די זיפ האט די רבי געזאגט ''..מען דארף האבן רחמי שמים מען זאל אונז נישט פארשטערן די יו"ט ס'דא א גזירה ח"ו מען האט זיך נישט געקענט אזאנס פארשטעלן אין דעי מדינה אבער די ייטב פנים זאגט אז סאיז גרינג פטור צו ווערן פון א בעל בחירה אויב סאיז א גוי אויב האט מען צוטיען מיט ערלים איז גרינג צו ווערן פטור..'' ומסיים געווען בברכות קדשו
הו"ר צופרי איז די רבי אריין אין ביהמ"ד מעוטף בטליתו און קיטל און קאפל מרבינו הקוה"ט בעל דברי יואל זי"ע ווי די רבי האט אפגעראכטן די עבודת הקודש הלל און די נענועים ברגשי קודש דערנאך האט די רבי אנגעהויבן די דברי אלוקים חיים דרשת הושענא רבא בבכיות נוראות די התעוררות און בכיות פונעם ציבור האלפים האט זיך געהערט אינעם גאנצן ביהמד -זעט עקסטערע באריכט פון די תוכן דב"ק דברי כבושין דרשת הושענא רבא-
צווישען די הושענות האט געבלאזן שופר מורינו כ"ק הגה"צ אבד"ק ור"מ וומ"ס שליט"א

ליל שמיני עצרת ביים אריינקומען איז די רבי צוגעגאנגען צו די ווינקיל מיוחד פאר די חברי אהבת קדומים און געווינטשען גוט שבת גוט יו"ט
אתה הראת 8:20 די רבי האט ארומגעטאנצען ארום די גאנצע ביהמ"ד אויך אין די נייע פליגלען מגדל עוז שם ה' ובו יריץ צדיק ונשגב בפרט ביי די 6'טע און 7'טע הקפה מען האט געענדיגט 11:15
די רבי האט זיך אויסגעדרייט צו אלע זייטן פון ביהמ"ד און געווינטשען גוט שבת גוט יו"ט ויענו כל העם און צוריק געווינטשען פארן רבי'ן

יום שמיני עצרת שחרית איז צוגעגאנגען מורינו כ"ק הגה"צ אב"ד וומ"ס שליט"א
הלל איז די רבי צוגעגאנגען.
צו יזכור איז די רבי אריינגעקומען אנגעטיען מיטן קיטל און זילבערנע קאפל נאך יזכור איז געווען א הפסקה עס זאל נישט צוקומען צו קיין סכנת נפשות די רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד תפילות גשם און משפיע געווען פרנסה
נאכן דאווענען האט די רבי געמאכט קידוש אינעם סוכה צום סוף פון די תורה האט די רבי געווינטשען "די אייבערשטער זאל העלפן לחיים ולא למות לשובע ולא לרזון לברכה ולא לקללה מען זאל נישט צושטערן דעם יו"ט"

ביים מיטאג טיש האבן מיטגעגעסן די אייניקליך פון רבינו הקוה"ט זי"ע בעל ברך משה

נאכמיטאג איז פארגעקומען של"ש -געזעגענען פון די סוכה "עפל טיש" די רבי האט טועם געווען פון די עפל פארן זמן נאכן בענטשען געווארפן די עפל כנהוג נאכדעם האט די רבי אויסגעשריגן בקול אדיר וחזק דריי מאל לשנה הבאה בירושלים די רבי האט אנגעהויבן טאנצן בעוז ותעצומות בשמחה של מצוה ארויס פון די סוכה אנגעליינט אויף די קינדער בנו בכורו מורינו הגה"צ די רב שליט"א און אויף הגה"צ ר' חיים הערש אב"ד סיגוט -אריין אין ביהמ"ד און ארום געטאנצן

ליל שמ"ת 12:20 איז די רבי אריין צו מעריב אתה הראת 1:05
צווישען די הקדמות און הקפות האט די רבי געזאגט תורה צווישען אנדערע האט די רבי דערמאנט א מעשה "ר' ישעילע טשחויבער א זוהן פון הייליגן דברי חיים איז אמאל נישט געזונט געווען ער איז געווען זייער קראנק
איין נאכט האט אים אכטונג געגעבן ר' יושעלע בעלזער און אינמיטן נאכט איז אים געווארן זייער נישט גוט און ער האט געחלומעט ווי ער זעט זיין טאטן און ער גיט אים צו שמעקן פון א עפל און ס'איז אים געווארן אסאך בעסער און אויסגעפירט מיט א קול געשטיקט פון טרערן "אונז דארף מיר אסאך עפלעך"
אויך האט די רבי דערמאנט די זוהר הק' אז די אבות קומען אראפ פון גן עדן און ברענגען אראפ ישיעות און
אויסגעפירט "..אונז זעמיר באותו מקום ווי די פעטער ז"ל (רבינו הקוה"ט בעל ד"י זי"ע) האט געפירט די הקפות די לעצטע יאר בחייוו מי בעל דברים יוגש אליו אלי''ו ר"ת זיין הייליגע נאמען ער געפינט זיך דא מען קען זיך אלעס אויסבעטען.." ביים סוף פון די 7'טע הקפה האט די רבי מקיף געווען די בימה די פארקערטע וועג ווי די מנהג פון רביה"ק בעל ד"י זי"ע ביי א הכנסת ס"ת
מען האט געענדיגט 5:20 קרוב לעלות די רבי האט אויסגערופען "יעדער קען עסן"

יום שמ"ת שחרית 10:55 אתה הראת 1:15
צווישען די הקדמות און הקפות האט די רבי געזאגט תורה במשך די הקפות האט מען געזינגען די שיר החרדים בהתעוררות רב ביי די 3'טע הקפה האט די רבי מכבד געווען אלע מלמדי תשב"ר צו האלטן די ספרי תורות און ביי די 4'טע הקפה די אייניקלעך פון רביה"ק זי"ע
ינועו אמות הסיפים אשרי עין ראתה ביי די 6'טע הקפה ווי די רבי מאכט די נענועים מיט די ס"ת און ווי די עולם הייבט זיך בשעת די רבי הייבט אויף די תורה צו מעלה ביי די 7'טע הקפה ווי די רבי גייט ארויף אויפן בומה טאנצן מיט די תורה
טראץ וואס מען האט אנגעהויבן פריער ווי געווענליך האט מען אבער געענדיגט א שעה שפעטער ווי געווענליך אום 6:20
ביים ליינען האט די רבי געמאכט א מי שברך פאר הרה"ח ר' משה מנחם שלעזינגער

אום 9:10 איז די רבי אריינגעקומען צום נעילת החג ביי די לחיים נאך די פיש האט די רבי געזאגט "..מען דארף דאנקן און לויבן דעם הייליגן באשעפער אז מען האט נישט געהאט קיין צישטערטן יו"ט ירוץ עבדך כמו איל דאס אז מען האט געקענט טאנצן נשתחוה אל מול הדריך אויף דעם אליינס דארף מען דאנקען איך פרעזענליך אז כהאב געקענט טאנצן און דער גאנצע עולם די אייבערשטער זאל העלפן סגעווען א פרייליכע יוט סזאל קומען א פרייליכע יאר.."
נאך הבדלה איז פארגעקומען די מעמד ברכות הקודש אין ביהמ"ד הגדול לאור המצב ויו"ט היה עושה בצאתו בשלום מן הקודש וחסידים היו מרקדין מען האט אנגעהויבן טאנצן חסדי ה' כי לא תמנו אז די יוט איז אדורך אומגעשטערט און נאך נגוני שמחה און די רבי האט געווינטשען ברכות קדשו.

אשרי העם שככה לו אשרי העם שה' אלוקיו
👁 1K