בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

זונטאגה' סיון תשפ"א5/16/2021

באריכט
יעצט מוצ"ש איז כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א אנגעקומען צום מסע הלוי' פון הגה"ח הישיש ר' עקיבא צבי גאנז ז"ל מלמד תשב"ר, ווי די רבי האט משמיע געווען דברי הספד און בתוך דבריו ארויסגעברענגט אז טראץ וואס ער האט ליידער נישט איבערגעלאזט קיין זרע של קיימא איז אבער "ומצדיקי הרבים ככוכבים לעולם ועד" וואס א גרויס חלק ק"י האט ביי אים געלערנט די א"ב וואס די התחלה איז כנגד כולם, די רבי האט זיך צווישן אנדערע אויסגעדריקט אז "ער איז געווען א שטאלץ פאר קרית יואל" דערנאך האט די רבי מלוה געווען די מיטה פאר עטליכע מינוט.
יהו"ר שלא ישמע עוד שוד ושבר בגבולינו, ושנשמע ונתבשר בשורות טובות.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
👁 459