בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

דינסטאגכ"ח סיון תשפ"א6/8/2021

באריכט
צהלי ורוני יושבת ציון כי גדול בקרבך קדוש ישראל
אנשי שלומינו בארץ הקודש, לבשי בגדי תפארתך, הנה ימים באים!

און ווייטערדיגע באריכטן פונעם "מסע הקודש" פון הוד כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א קיין "אתרא קדישא מירון".

מי יעלה בהר ה': ארום 8:15 איז די רבי אנגעקומען צום מערה פון התנא אלוקי רבי שמעון בר יוחאי צו תפילת מנחה, פארן דאווענען האט די רבי געצינדן 5 ליכט און געדאווענט בהרגש קודש ובבכיות נוראות,
נאך מנחה ארום איז די רבי אריין אין איינע פון די חדרי התפילה ווי די רבי האט זיך געזעצט לערנען פאר א לענגערע צייט,
דערנאך האט מען געדאווענט מעריב, און נאך מעריב האט מען געזינגען בר יוחאי און תורתו מגן לנו בדביקות והתעוררות רב,
ארום 9:45 איז די רבי אהיים לביתו נאוה קודש באתרא קדישא, ווי עס האבן אפגעווארט בחורי אנ"ש תושבי ארה"ק -וועלעכע וויילען אין דעי טעג במחיצת הקודש באתרא קדישא- און האבן שלום גענימען פון רבין, דערנאך איז פארגעקומען די "סיום כתיבת ספר תורה" וואס ווערט אריינגעגעבן דורך הרה"ג ר' לוי יצחק בארזעסקי מנהל ישיבתינו "מתיבתא הקדושה" סניף ויואל משה ווי די רבי האט אריינגעשריבן די אויתיות און געווינטשן ברכות קדשו, דערנאך האט זיך די רבי איינגעשפארט אינעם ספרים שטוב און עוסק געווען בלימוד התורה ביז שפעט אין די נאכט שעות נאך חצות הלילה.

מארגן ער"ח וועט רבינו שליט"א דאווענען שחרית ארום 9:30 אינעם מערה פון התנא אלוקי.

-מארגן מיטוואך און דאנערשטאג פון 1:00 ביז 7:00 וועט זיין זמני כניסה בקודש פנימה פאר אנ"ש פון ארה"ק.-

מיטוואך פארנאכטס וועט פארקומען א "אסיפת חינוך" פאר אלע מלמדים מנהלים ומרביצי תורה בקרב מוסדותינו הק' בארה"ק ווי רבינו שליט"א וועט משמיע זיין דב"ק "דרשת חינוך".

ער"ש בקדרותא דצפרא וועט כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א ארויפגיין צום ציון הקדוש פונעם תנא אלוקי רבי שמעון בר יוחאי אינאיינעם מיט אנ"ש תושבי ארה"ק ווי מען וועט אויסזאגן תהילים בהשתפכות הנפש להפקד בדבר ישועה ורחמים, אויפן זעלבן פארנעם ווי ערב "שבת מירון" תשע"ו.

מער פרטים וועט נאכפאלגן דא אויף סאטמאר'ע נייעס 🌴


גילי מאוד בת ציון, הנה מלכך יבוא לך

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
👁 702