בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

דינסטאגי"ב תמוז תשפ"א6/22/2021

באריכט
אלקא דמאיר עינינו

נעכטן מאנטאג בלק פארנאכטס איז פארגעקומען די מעמד "כינוס אברכי סאטאמר" אין די זאלן פון קאנטינעטל אין וויליאמסבורג למען החזקת מורשת אבותינו "מוסדות יטב לב בארה"ק", ארום 8:00 האט די יו"ר המעמד פפ"מ ר' מאיר מרדכי בערקאוויטש געעפענט די מעמד און האט במשכן מעמד מהנה געווען בדברי פי חכם חן.
במשכן מעמד האבן מהנה געווען בפרקי שירה וזמרה החזן המופרסם ר' שלמה זלמן הורוויץ און באגלייטונג פונעם זמירות קווייער.
צווישן אנדערע איז פארגעקומען א גאר רייכע "פאנעל" צווישן ר' מאיר מרדכי און הרה"ח ר' מאיר פערל -מנכ"ל מוסדות יטב לב בארה"ב, און הרה"ח ר' מענדל אונגאר -רואה חשבון.

ארום 10:35 האט מורינו הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א אנגעהויבן די "דרשת חובת השעה", ווי די רב שליט"א האט ארומגערעדט א לענגערע צייט בשבח און איבער די חוב פון שטיצן "מוסדות יטב לב" צווישן אנדערע האט די רב ארויסגעברענגט זיינע הרגישי קודש פונעם געהויבענעם "שבת מירון" זאגענדיג אז טראץ וואס איז בפועל געווען אין "צפת" איז מען אבער געווען אין מירון! ארויסברעגענדיג אז אפילו מען איז דא אבער "אז מען שטיצט מוסדות יטב לב, איז מען אין ארץ ישראל" אויך האט די רב ארומגערעדט איבער די זכרונות פון די דינער'ס פאר יטב לב די לעצטע פאר יאר בימי רביה"ק זי"ע וואס איז פארגעקומען דא אין די זאלן פון "קאנטינעטל" ארויסברעגענדיג הרגישי קודש "..די מראה די פחד און די געפילען וואס מען האט באקומען ווי מען האט געזעהן ווי די רבי ז"ל שטרענגט זיך אן -ער איז שוין נישט געקומען אזוי אפט, כמעט נישט, אבער צום דינער פון "יטב לב" איז ער געקומען און באשיינט די מסיבה.."
די רב האט זיך אויסגעדריקט "עד היום הזה בין איך מכיר טובה פאר מיין טאטן וואס ער פלעגט מיר נעמען צו אלע מסיבות, אפילו מען האט אין חדר אויסגעריפן אז סאיז נישט געמאכט פאר אינגלעך"
צווישן אנדערע האט די רב שליט"א אויך דערציילט א פרעזענליכע מופת וואס ער האט לעצטענס געהאט דורכן שטיצן "מוסדות יטב לב", און ביים סוף פון די דרשה האט די רב ארויסגעברענגט די הרגישים פון שטיצן מוסדות יטב לב און געזאגט "אז ער וויל זיך יעצט מצרף זיין מיט די פרישע שותפים און נעמען די זכות פון "החזקת מלמד לשבוע".

ארום 10:40 אינמיטן די דרשה פונעם רב שליט"א איז כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א ערשינען.

נאכן דרשה האט די יו"ר ר' מאיר מרדכי אויסגעריפן אז די אלע וואס נעמען זיך "יעצט ביים מעמד" אינטער א "זכות החזקת מלמד לשבוע" וועלן באקומען די זכות פאר $600 אנשטאט $780 וואס די איבריגע $180 וועט אויסגעצאלט ווערן דורך צוויי חשובע נדבנים ה"ה הרה"ח ר' משה אלעיזר לאנדא און הרה"ח ר' יושע וואלדמאן.

ארום 11:20 האט די רבי משמיע געווען דברות קודש ומשא המעמד און ארומגערדט איבער די חביבות ביי רבותינו הקדושים בעל דברי יואל ובעל ברך משה זי"ע צו "מוסדות יטב לב" וואס איז געווען ביי זיי די חשובסטע מוסדות!! און דאס איז די ערשטע מוסדות וואס רביה"ק זי"ע האט מייסד געווען נאכן קריג, און ארויסגעברענגט די חשיבות פון שטיצן אזא הייליגע מוסד און זיך אויסגעדריקט אז "אלע מוסדות עטה"ק אין ארץ ישראל זענען קודש, אבער מוסדות יטב לב דארף מען וויסן איז קודש קדשים!!" און דערנאך געענדיגט מיט גאר ווארימע ברכות הקודש.

נאך די דב"ק האבן די צענדליגע אינגעלייט וואס האבן זיך אינטערגענימען זכות החזקת "מלמד לשבוע" געהאט די זכיה אריבערצוגיין פערזענליך איבערגעבן די שטרות פאר כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
👁 551