בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

מאנטאגי"ח תמוז תשפ"א6/28/2021

באריכט
תאי"ר כאור יום חשכת לילה

היינט נאכמיטאג אויפן וועג קיין ניו העמפשיר האט כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א אנגעריפן הרבני הנגיד ר' פישל ריספלער זיך באדאנקן פאר די סדר הלימוד משנת מאיר זעליג בלילי שישי במשך די ימי הקיץ דורך תלמידי ישיבתינו "מתיבתא הקדושה" תו"י דסאטמאר, ווי די בחורים זענען עוסק בתורה חמש שעות רצופות בביהמ"ד זכרון יחיאל מיכל בקרית ויואל משה, וואס ר' פישל איז מנדב לע"נ אביו הרבני הנגיד ר' מאיר זעליג ז"ל ראה"ק דקהלתינו הק'.

די רבי האט אויסגעדריקט זיין קורת רוח און הנאה פון די הערליכע גריסן וואס ער הערט צוריק פוונעם סדר הלימוד, און געזאגט "עליונים ששו ותחתונים עלזו בקבלת תורה" אז אויבן אין הימל איז עס א שמחה און א טובה פאר די נשמה, און דא איז עס א שמחה פאר אלע לומדי תורה, און געווינטשען גאר ווארימע ברכות הקודש בברכת התורה.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴