בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

פרייטאגכ"ט תמוז תשפ"א7/9/2021

באריכט
ויושר יעליצו בעדינו חיות אש

ביראה עילאה האבן הונדערטע אידן פון איבער די גארער וועלט פוקד געווען די ציון קוה"ק פון רבינו משה איש אלוקים מרנא ורבנא בעל ישמח משה זי"ע ראש השושלתא קדישא, היינט כ"ח תמוז ביומדהל"ק, ווי די אידן האבן זיך אויסגעגאסן דאס הארץ און מתפלל געווען ב'תפלה למשה איש אלוקים' להפקד בדבר ישועה ורחמים.

ווי יאר יערליך זענען די הונדערטע אידן ענטפאנגן געווארן כראוי וכיאות דורך די "וועד ציון הק' באוהעל שע"י חברא קדישא דקהלתינו הק'' ווי עס איז אהערגעשטעלט געווארן דער פרעכטיגער בנין הכנסת אורחים פולקאם גרייט צו קענען אקאמאדירן דעם מאסיווע שטראם פונעם ציבור מיט אלע צוגעהערן.

מיטוואך נאכט ליל הילולא קדישא איז אפגעראכטן געווארן דעם צענטראלן סעודת הילולא אינעם בנין הכנסת אורחים
בראשות הגה"צ אבדק''ק קהלתינו ב''פ - 15 שליט"א וועלעכע האט משמיע געווען עובדות וסיפורים פון זקינו בעל הילולא זי"ע.

אויך האט אויפגעטרעטן הרה"ג ר' יואל גלאנץ שליט"א נכד כ״ק מרן רבינו הגה״ק שליט"א. צווישן אנדערע האבן זיך אנגעזעהן פילע ראשי הקהילה ונכבדי אנ"ש.

במשך דעם גאנצן טאג האט געווירבעלט אינעם בנין המפואר "בנין הכנסת אורחים" הונדערטער אידן מיט מנינים איבערן גאנצן מעת לעת ווי די ביהמ"ד המפואר און די מקוה מפוארה ומהודרת איז געווען הערליך צוגעגרייט מיט די מאקסימאלסטע ברייטקייט און באקוועמליכקייט. אזוי אויך איז געווארן צוגעשטעלט אלע צרכי הכנסת אורחים בהרחבה גדולה, מידי דמזון, נארהאפטיגע מאלצייטן, מיט ברייטע סעודות, להחיות נפש כל חי לע"נ די גרויסע בעל הילולא פאר די טויזענטער משתתפים וואס האבן איבערגעפילט די ציון הקדוש און די דערנעבענדיגע בנין הכנסת אורחים שע"י חברה קדישא דקהלתינו הק'. דאס אלעס קומט נאך די אומגעהויערע יגיעה וואס איז אינוועסטירט געווארן דורך די וועד ציון הק' באוהעל שע"י חברא קדישא דקהלתינו הק' אנגעפירט דורך און שפיץ פון די געטרייע אידן;
הרה"ח ר' יוסף ווייס הי"ו
הרה"ג בנש"ק ר' איתמר מייזליש שליט"א
הרה"ח ר' אברהם יושע גלאנץ ה"ו
וואס האבן זיך אוועקגעגעבן למען הכלל והפרט אז אלעס זאל קלאפן על צד היותר טוב,

די ברייטע סעודות במשך דעם טאג זענען נתנדב געווארן דורך הגה"צ ר' העניך מרדכי מייזליש אב"ד טאלטשאווא ק"י וועלעכע שטייט לימין החברא קדישא במשכן גאנצן יאר.

זכותו הגדול והקדוש יגן עלינו, וימלא משאלותינו במדה טובה ישועה ורחמים

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
👁 644