בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

דאנערשטאגי"ג מנחם אב תשפ"א7/22/2021

באריכט
ושבתי שלום אל בית אבי

בהתרגשות של שמחה וביראה עילאה איז אויפגענומען געווארן די פרייעדיגע נייעס צווישן אנ"ש תלמידי וחסידי סאטמאר די בכל אתר ואתר, אז אין די יעצטיגע טעג איז ענדגילטיג באשטימט געווארן בשעטו"מ אז דעם קומענדיגן שבת פרשת תולדות תשפ"ב הבעל"ט וועט בעז"ה געפראוועט ווערן דער לאנג-געפלאנטן היסטאריש'ן שבת בעיר האבות סיגוט בצילא דמהימנותא קדישא פונעם ממשיך שלשלת הקדושה לבית עצי התמרים כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א.

שיפקדנו ברחמים ויברכונו בבואם לביתי
דעם דערהויבענעם היסטארישן שבת וועט געפראוועט ווערן בהתרגשות עילאה "א שב"ק מעין עולם הבא" מיטן מנהיג עדת ישורון פרי עץ חיים כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א אויפן זעלבן מקום שהתפללו בו אבותיו הק' מרנן רבותינו הקדושים צדיקי בית סיגוט דור אחר דור זי"ע, ווי רבינו שליט"א וועט אינטערנעמען דעם דערהויבענעם מסע הקודש ושבתי לעיר האבות סיגוט, לרגל דעם חנוכת הבית פונעם נייעם פראכטפולען "ביהמ"ד עצי התמרים" בנין ישעי זאב לעוו, "ופתיחת המקוה מפוארה" ר' לייב'עלע בערקאוויטש, וואס איז אהערגעשטעלט געווארן לשם ולתפארת אויפן היסטארישן שוהל-הויף, און אפרעכטן דארט באותו מקום א "שבת חנוכת הבית".

כי לא תשכח מפי זרעו
אזוי אויך וועט געפראוועט ווערן א היסטארישע רירענדע מעמד "חגיגת הכנסת ספר תורה" צום אמאליגן תורה צענטער "ביהמ"ד עצי תמרים", צום ערשטן מאל נאכן ביטערן חורבן!! א מעמד נורא וואס וועט אויסשרייען דעים "נצח ישראל לא ישקר, כי לא תשכח מפי זרעו"!!!

קה זכות אבות יגן עלינו
דורכאויס די קורצע - דערהויבענע מסע הקודש ושבתי וועט אויך פארקומען דערהויבענע התעוררות'דיגע מאמענטן ווען מען וועט אינאיינעם מיט כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א פוקד זיין מקום מנוחת אבותיו - רבותינו הקדושים זכותם יגן עלינו אינעם אוהל הק' אויפן בית החיים אין סיגוט און מעורר זיין רחמי שמים און פויעלן ישועות פארן כלל און פארן פרט, מיט כל מיני השפעות טובות פאר אחינו בני ישראל.

מה נורא המקום הקדוש הזה
ווי באקאנט האט כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א אונטערגענומען מיט עטליכע יאר צוריק דעם היסטארישן פראיעקט "לחדש אורה" לכבוד בית אבותיו הקדושים, מיטן ציהל צוריקצובויען דעם מקום קדוש -א ביהמ"ד און מקוה- אויף אט דעים הייליגן מקום פון זיינע גרויסע זיידעס רבותינו הקדושים זיעוכי"א, אויספירענדיג דערמיט מכוח אל הפועל משאת נפשו פון אביו מרן רבינו הקוה"ט בעל ברך משה זי"ע וועלעכע פלעגט אלס ארויסקוקן און אויסדריקן האפענונג אז מזאל נאך אמאל קענען אויסלייזן דעם שטח און קענען צוריקשטעלן דעם מקום קדוש.

תהלה לקל יתברך האט רבינו שליט"א זוכה געווען מיט א געוואלדיגע סייעתא דשמיא אויסצופירן זיין אייביגע שטרעבונג צו קענען אויסלייזן דעם היסטארישן שטח, די "שוהל-הויף" וואס איז ליידער געשטאנען פוסט זייט די ביטערע מלחמה, שועלים הלכו בה רח"ל, און בחסדי שמו צו דערלעבן דעם "ואל אחוזת אבותיו ישוב".

ברם זכור לטוב דער שליח נאמן פון רבינו שליט"א העסקן הדגול בנש"ק הרב אשר ישעי הורוויץ פונעם "וועד לחדש אורה" וואס איז געשטאנען בראש פונעם הייליגן פראיעקט לנצח על מלכת בית ה', ובנאמנות יתירה אויסגעפירט שליחות קדשו פון רבינו שליט"א.

ברוך שהחיינו וקימנו והגיענו לזמן הזה
יעצט שטייט שוין דער בנין פולקאם גרייט מיטן גאנצן פראכט און באקוועמליכקייט און מיט אלע צוגעהערן!!

אין די יעצטיגע וואכן זיצן א שטאב פון עסקנים בחצרות קדשינו און שפיץ פונעם "וועד לחדש אורה" אויף העפטיגע מינטונגען אויסצוארבעטן אלע דעטאלן פונעם דערהויבענעם מסע קודש "ושבתי" - שבת חנוכת הבית ס'ווערט אריינגעלייגט געוואלדיגע כוחות אויף אלע פראנטן אז אלעס זאל קלאפן על צד היותר טוב.

להושיבי עם נדיבים
ספעציעלע הזמנות כבוד ווערט ארויסגעשיקט לכבוד די נדיבים החשובים "בוני ומקימי מקום הקדוש הזה" דעי אלע וועלעכע האבן זוכה געווען ארויסצונעמען א חלק שותפות אין דעים הייליגן פראיעקט לעשות רצון צדיק פון רבינו הקוה"ט זי"ע ולהבחט"א בנו כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א, צו קענען זעהן מיט די אייגענע אויגן די פירות פון זייער נדבה און אינאיינעם פייערן די בשותפות'דיגע שמחה פון "החזרת עטרה ליושנה".

פאלגט נאך די גענויע פרטים פונעם היסטארישן מסע קודש "ושבתי" - שבת חנוכת הבית - בעיר האבות סיגוט די קומענדיגע וואכן דא אויף סאטמאר'ע נייעס.

מקדש מלך עיר מלוכה קומי צאו מתוך ההפיכה, התעוררו התעוררו כי בא אורח, הנה ימים באים

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️