בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

זונטאגכ"ג מנחם אב תשפ"א8/1/2021

באריכט
=המשך באריכט שב''ק פרשת עקב בצל הקודש=

רעוא דרעוין

צו מנחה ושל"ש איז רבינו שליט''א אריינגעקומען 8:50. מנחה: הרה"ח ר' יעקב יוסף פילאפף, הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' ישעי קנאפלער, כהן: הרה"ח ר' זושא רובין - וומסב"ג, לוי: הרה"ח ר' יואל ב"ר מרדכי רייזמאן - לעיקוואד, שלישי: הרה"ח ר' שמואל זיינוואל ווערטהיימער - מאנסי, הגבה: רבינו שליט"א, גלילה: אב"ד סעקעלהעיד ב"ב שליט"א.

זמירות ביי של"ש האט רבינו שליט"א מכבד געווען. אודה: הרה"ח ר' נח גפן, שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין, ביי די תורה האט זיך רבינו שליט"א געשטעלט אויפן פסוק "והיה עקב תשמעון" און געטייטשט בדברי מוסר אז ווען סקומט די ימי הרחמים והרצון און א איד וויל תשובה טוען פארן הייליגן באשעפער, ווערט אבער נתעורר די טענה 'אי מלכא אנא עד השתא אמאי לא אתית לגבאי' דאס איז אבער נאר ביי א עבד לרבו אבער ביי א קינד צו א טאטן נישט, ווייל א טאטע פרעגט נישט. כדי צו ווערן אנגערופן בנים למקום איז נישט געניג צו מקיים זיין מצוות התורה נאר מען דארף אויך מוסיף זיין גדרים וסייגים, און דעמאלטס קען מען זוכה זיין צו תשובה שלימה, ביים סוף פון די דב"ק האט דער רבי מסיים געווען ביי די ברכות הקודש "השי"ת זאל העלפן, מגייט אריין אין דעי געהויבענע הייליגע זמנים די ימי הרחמים והרצון, טעג וואס איז ימי הרחמים מען קען מעורר זיין מידות הרחמים פאר כלל ישראל, ולא ישמע שוד ושבר בבית ישראל מען זאל נישט הערן קיין ביטערע בשורות מזאל הערן אך טוב וחסד פאר כלל ישראל, מזאל זוכה זיין צו התרוממות קרן התורה וישראל בהתגלות כבוד שמים עלינו בב"א.

ידיד נפש: הר"ר אלי' כ"ץ - לעיקוואד, קל מסתתר: הרה"ח ר' נח קליין - וומסב"ג. דער רבי שליט''א האט געבענטשט אויפן כוס און געזאגט שבע ברכות. מעריב מוצ"ש האט רבינו שליט"א געדאווענט פארן עמוד לרגל די יארצייט פון רביה"ק זי"ע. נאך הבדלה איז מען אריבער זאגן א גוטע וואך. מען האט געענדיגט 11:20.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
👁 770