בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

פרייטאגכ"ח מנחם אב תשפ"א8/6/2021

באריכט
חלק ב' באריכט מיטוואך כ"ו אב יומדהל"ק בצל הקודש

נאכמיטאג ארום 8:25 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צו מנחה בביתו נאוה קודש. דער רבי שליט"א האט געצינדן 5 ליכט און יורד געווען לפני התיבה. נאך מנחה האט רבינו שליט"א אריבערשפאצירט צום ביהמ"ד הגדול. ס'איז געווען ארום 8:50 ווען כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א איז אריינגעקומען צום צענטראלען סעודות הילולא וסיום הש"ס 'בבית מדרשו של בעל הילולא - ביהמ"ד הגדול בקר"י'. דער רבי שליט"א האט זיך געוואשן און האט תיכף געמאכט דעם סיום הש"ס און געזאגט קדיש. ביים לחיים נאך די פיש האט דער רבי שליט"א געוואונטשן "זכותו יגן עלינו ועל כל ישראל". במשך די סעודה האט מען געזינגען נגוני דביקות והתעוררות וואס איז געזינגען געווארן ביי רביה"ק הבעל הילולא זי"ע. מיט מכתם לדוד האט רבינו שליט"א מכבד געווען הגה"צ רבי חיים יוסף ווערצבערגער שליט"א אב"ד הוניאד קרית יואל מתלמידי רביה"ק.

ארום 10:00 האט כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א משמיע געווען דברות קודש במשנתו הבהיר, דברי חיזוק ודברי מוסר, ובדברים העומדים על הפרק, בפרט איבער די הארבקייט פון נישט האלטן "זמן רבינו תם" אין קרית יואל און אין די גלילות פון אלע זייטן, און די הוראה פונעם מייסד הקריה רבינו הקוה"ט זי"ע צו האלטן רבינו תם, ופסק הלכה וואס מחייב אלע תושבים פון קרית יואל והגלילות.

=זעהט עקסטער באריכט פון די דב"ק, אזוי אויך די רעקארדיגן פון די דב"ק=

נאך די דב"ק האט דער רבי שליט"א געבענטשט אויפן כוס און פארטיילט כוס של ברכה. דערנאך האט רבינו שליט''א געדאווענט מעריב אין ביהמ"ד הגדול.

זכותו הגדול והקדוש יגן עלינו ועל כל ישראל, ובפרט למ"מ ומ"ד בקודש כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️