בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

מיטוואךג' אלול תשפ"א8/11/2021

באריכט
מאנטאג שופטים ב' דר"ח אלול בצל הקודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א.

רבינו שליט"א האט געדאווענט שחרית בהיכל ישיבה קטנה סניף "אבני צדק" אין קרית יואל בהנהלת הרה"ג ר' חיים אליעזר דאווידאוויטש שליט"א.

ביים אנקומען אין ישיבה איז רבינו שליט''א אריין אין ביהמ"ד ווי דער רבי האט זיך אומגעקוקט ווי די בחורים זענען עוסק בתורה. דערנאך איז דער רבי שליט''א אריין אין א פריוואטע חדר ווי דער רבי האט געהערט א באריכט פונעם מנהל שליט"א און פון הרה"ג ר' ברוך שלמה וויינבערגער שליט"א ראש המנהלים בקר"י.

פארן דאווענען האט רבינו שליט''א תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחור ב''ר מענדל פארקאש הי"ו.

ביי הלל איז רבינו שליט"א צוגעגאנגען און יורד געווען לפני התיבה מיט גרויס התעוררות. מען האט געזאגט 'לדוד' נאך ברכו נפשי כנהוג.

נאכן דאווענען האט רבינו שליט"א געבלאזן שופר, און ביי תהילים געזאגט 10 קאפיטלעך כנהוג בימי אלול.

נאכדעם איז פארגעקומען די מסיבת לחיים בהיכל הביהמ"ד. מען האט געזינגען נגונים, רבינו שליט"א האט געטרינקן לחיים און געוואונטשן ברכות קדשו פאר די בר מצוה בחור און פאר רמ"י ותלמידי הישיבה.

נאכן לחיים איז רבינו שליט"א אראפ צום אונטערשטע שטאק פונעם בנין ווי עס לערנען א סניף פון מוסד הק' שערי חמלה ווי דער רבי האט זיך אומגעקוקט אויף די טייערע נשמה'לעך און געוואונטשן ברכות קדשו פאר די איינגעשטעלטע און פאר די קינדערלעך.

פון דארט איז רבינו שליט"א אריבער צום בנין התלמיד תורה "בנין גאלדשטיין" ווי עס זענען געווען פארזאמלט אינעם חדר האוכל די תלמידי כיתות ג' ד' ה' סניף הר"ר יואל האלפערט שליט"א. די קינדער האבן געזינגן חרוזים און דער רבי האט אנגעוואונטשן פאר די קינדער 'א גוט געבענטשט יאר'.

פארנאכטס האט רבינו שליט"א מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די פאלגענדע מחותנים:
ר' חיים ראלניצקי הי''ו - הרה"ג ר' נתן דוב שווארץ שליט"א באולם קרן ויואל משה.
ר' מו''ה שרגא חיים פעדער הי''ו - ר' זלמן לייב גליק הי''ו, באולם כינור דוד.
ר' הערשל יאזשעף הי''ו - ר' שמואל יודא שטיין הי''ו, באולם בית רחל פאראדייס.

אויפדערנאכט איז אויך בביתו נאוה קודש פארגעקומען די סיום כתיבת האותיות פון די ספר תורה וואס ווערט אריינגעגעבן דורך הרה"ח ר' הערשל שפיטץ הי"ו, בעל אכסניא פון רבינו שליט"א אין פאלם ספרינגס. דער רבי האט אריינגעשריבן די אויתיות און געוואונטשן ברכות קדשו.

אויך איז געקומען אויף א באזוך ביי רבינו שליט"א הרב מרדכי טערווערסקי בן הרה"צ ר' אהרן מענדל בן כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א אפנעמען ברכות קדשו לרגל די בר מצוה פון בנו ני"ו וואס קומט פאר דעם מיטוואך אין סקווירא.

שפעטער האט רבינו שליט"א געליינט תנאים אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש מרביה"ק זי"ע, ביי די תנאים פון די מחותנים:
ר' ישעי' יצחק רובין הי"ו - ר' יעקב מרדכי גראס הי"ו.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
👁 757