בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

זונטאגז' אלול תשפ"א8/15/2021

באריכט
זונטאג כי תצא

איינער פון די גאר התרגשות'דיגע מאמענטן פונעם דערהויבענעם שבת העעל''ט אין מאנסי וואס וועט נישט ארויסגיין פון זיכרון, איז געווען ווען הרה"ח ר' לייבוש וויינפעלד שליט"א האט בתוך דבריו פאר קבלת שבת ארויסגעברענגט די חביבות פון די קהילה און מוסדות אין מאנסי ביי אבינו רועינו כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א. ר' לייבוש האט מיט פולע הרגשים ארויסגעברענגט די אהבה פון רבינו שליט''א צו די מאנסי קהילה מיט דעם היסטארישע שריט אז רבינו שליט"א האט די פארגאנגענע וואך אנגערופן דעם מנהל המוסדות הרה"ח ר' שמואל זאנוויל ווערטהיימער הי"ו און באגערט רצון קדשו אליינס אפצוקויפן די זכות פון א כיתה אין די מוסדות הקדושים, און רבינו שליט"א איז איבערגעגאנגען מיטן מנהל המוסדות דעם אופן וסדר התשלומים צוטיילט אין עטליכע תקופות עד פרוטה אחרונה.

ר' לייבוש האט ערווענט אז די מעשה רב ווי דער רבי איז ארויס מדרכו בקודש, דארף מחייב זיין אלע אנ"ש צו גיין אין די וועגן און זיך אנשטרענגן יותר מכפי היכולת אפצוקויפן זכותים אין די מבצרים אדירים פון די "תלמוד תורה און בית רחל" וועלכע ווערן אצינד אויפגעבויעט לשם ולתפארת.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
👁 903