בס"ד · Satmara Niyesאידיש
Satmara Niyes Satmara Niyes

The news is written in Yiddish. Translate news to English

Monday15 Elul 57818/23/2021

Report
במוצאי יום גילה

פארגאנגענעם מוצ"ש איז כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א אריבער געקומען אין שטוב פון הרה"ח הנגיד הנכבד ר' אברהם יושע גלאנץ הי"ו מגדולי עסקני קהלתינו בקר"י, ווי עס איז פארגעקומען א "מעמד חתימת שטרות" אויפן 'שער ישכר דוב' וואס ער האט אפגעקויפט פאר א פאנטאסטישן סכום בבית מדרשינו הגדול בקרית יואל. רבינו שליט"א האט אונטערגעשריבן די שטרות און געטרינקן לחיים און געוואונטשן ברכות קדשו פאר חשובן נדבן ומשפחתו.

דערנאך איז רבינו שליט"א אריבער געקומען צום שבע ברכות פון בת הרה"ח ר' שלום יצחק וויינבערגער הי"ו בביתו בקר"י, ווי עס איז פארגעקומען א "מעמד חתימת שטרות" אויף א כיתה וואס ער האט אפגעקויפט במוסדותינו הק' בוויליאמסבורג לזכות הוריו שיחי'. רבינו שליט"א האט אינטערגעשריבן די שטרות און געטרינקן לחיים און געוואונטשן ברכות קדשו פארן חשבון נדבן ומשפחתו, און פאר זיין חשובן טאט'ן הרבני הנכבד מוה"ר נחום מרדכי וויינבערגער הי"ו מפארי קהלתינו אין לאנדאן.

ארום 12:40 איז רבינו שליט"א אריבערגעקומען צום סיום מס' קידושין דורך די הונדערטער בחורי כתה ט' 'מכינה לישיבה' במוסדותינו הק' קרית יואל בהשתתפות פון די עלטערן און זיידעס, באולם בית רחל פאראדייס.

די בחורים האבן פארגעזינגען חרוזים, דערנאך האט רבינו שליט"א געטרינקן לחיים און געוואונטשן פאר די בחורים עלטערן און זיידעס, און משמיע געווען דברות קודש.

בתו''ד האט דער רבי שליט''א ארויסגעברענגט רגשי לבבו פון די אריבער 330 בחורים תלמידי כתה ט' וואס האבן זיך פארהערט מס' קידושין, און דערמאנט די "חומש סעודה" וואס איז פארגעקומען פארגאנגענע וואך פון די אריבער 550 ילדי כתה א' וואס ציילט זיך אריבער 20 קלאסן אין כתה א'. רבינו שליט''א האט ארויסגעברענגט אז דאס איז א געוואלדיגע קורת רוח פארן מייסד הקריה רביה"ק בעל דברי יואל זי"ע און פאר רביה"ק בעל ברך משה זי"ע וואס האט ממשיך געווען ביתר שאת.

אזוי אויך האט דער רבי ארומגערעדט איבער די הרחבת גבולי הקדושה פון די נייע ישיבה גדולה אין קרית יואל און פון די נייע ישיבה קטנות וואס וועט זיך עפענען קומענדיגען זמן. און דערנאך מסיים געווען בברכות קדשו פאר די בחורים עלטערן און זיידעס.

נאך די דב"ק האט רבינו שליט"א פארטיילט א ספר הק' "ויואל משה" פאר די בחורים.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
👁 923