דינסטאג כי תבא בצל הקודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א
רבינו שליט"א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא "סניף ויואל משה". פארן דאווענען האט רבינו שליט''א תפילין געלייגט פאר די פאלגענדע בר מצוה בחורים:
ב"ר מנשה פעלדמאן הי''ו.
ב"ר יחזקאל ווערצבערגער הי''ו.
ב"ר שמחה זימל ליכטמאן הי''ו.
נאכן דאווענען האט רבינו שליט"א פארגעלערנט די טעגליכע תהילים שיעור, קאפיטל ו' פסוק י'.
דערנאך זענען אריבער ביי רבינו שליט"א זיך געזעגענען, תלמידי הישיבה פון אויסלאנד, וועלכע פארן אהיים סוף וואך.
נאכדעם איז פארגעקומען א מסיבת לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
ארום 1:45 מיטאג איז רבינו שליט"א אריבער געקומען בהיכל המתיבתא "סניף ויואל משה" פארלערנען די 7'טע סוגיא שיעור אין די סוגיא פון 'עד אחד נאמן באיסורין'.
נאכמיטאג ארום 4:45 איז רבינו שליט"א אנגעקומען אין וויליאמסבורג - ווי יעדן דינסטאג - ווי עס איז געווען זמני כניסה בקודש פנימה לקראת ימי הרחמים והרצון וואס האט זיך פארצויגן פאר קרוב צו 8 שעה פון 4:45 ביז נאנט צו חצות הלילה.
ביי די זמני כניסה איז פארגעקומען א מעמד סיום כתיבת ספר תורה פאר די ספר תורה וואס ווערט אריינגעגעבן צו ביהמ"ד סאוט 8 דקהלתינו הק' וומסב"ג געשריבן דורך די מתפללי הביהמ"ד לע"נ רבותינו הקדושים מרנן בעל דברי יואל ובעל ברך משה זי"ע.
רבינו שליט"א האט אריינגעשריבן די אותיות און דערנאך געפראוועט א מסיבת לחיים ווי עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס בעניני ס"ת מיט הרה"ג ר' חיים אהרן אונגאר שליט"א דומ"ץ הביהמ"ד, און ווארים געוואונטשן ברכות קדשו פארן דומ"ץ הביהמ"ד און פאר די גבאים הרה"ח ר' אברהם יצחק מאשקאוויטש הי"ו, הרה"ח ר' יואל לעפקאוויטש הי"ו, הרה"ח ר' יואל ראזענבערג הי"ו, און פאר' משמש הרה"ח ר' ישראל דוד טייטלבוים הי"ו, און פאר די איבעריגע משתתפים עסקני ומתפללי ביהמ"ד.
אויך זענען אריין בקודש פנימה עסקני קהלתינו הק' לאנדאן ווי רבינו שליט"א האט געבענטשט "האניג" וואס וועט פארטיילט ווערן פאר די תומכי הבית רחל בלאנדאן. בערך אום 1 אזייגער איז רבינו שליט"א צוריק געפארן לביתו נאוה קודש קיין קרית יואל.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️