בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

מיטוואךכ"ד מרחשון תשפ"א11/11/2020

באריכט
ביים צענטראלן שבע ברכות בחצרות קדשינו היינט בביהמ"ד הגדול וומ"ס האט די אבי החתן מורינו הגה"צ אבד"ק ור"מ שליט"א אויפגעטרעטן מיט לענגערע הארץ-רייסענדע דב"ק ווי די רב האט דערמאנט מיט א קול געשטיקט פון טרערן די שווערע טעג וואס איז אריבער אויף כלל ישראל ובפרט אויפן מאמע הרבנית הצדיקת תליט"א וואס איז געווען און גאר א קריטישן צושטאנד און בחסדי ה' האט די רביצין געקענט מיטהאלטן די שמחה, און אפגעגעבן א שבח והודאה פארן רבש"ע אז מען האט אינטערגעפירט די יונגעסטע קינד בחייוו פון די עלטערן א זאך וואס נישט די טאטע און נישט די זיידעס ארויף ביז ר' אלעזר ניסן האבן נישט זוכה געווען.

א מחזה הוד האט זיך אפגעשפילט ווען די רב האט ארויסגעברענגט א שבח והודאה אז היינט האט די רב זוכה געווען אז עס איז פארענדיגט געווארן דעם ספר הק' "ייטב לב" וואס די זיידע רביה"ק זי"ע בעל ברך משה האט געבעטן די רב צו איבערדריקן און בהוראת הגה"ג מגדולי פוסקי דורינו דומ"ץ ק"י שליט"א האט די רב אויסגעשריגן דעם ברכת "שהחינו" בשם המלכות "שהחינו וקימנו והגיענו לזמן הזה" אז מען האט ערפילט דעם זיידענ'ס רצון, ווי רביהק זיע האט געגעבן פארן רב די ערשטע 5 טויזענט דאללער און געשריבן א מכתב חיזוק, און דערביי האט די רב איבערגעגעבן מנחת ביכורים פארן טאטן רבינו שליט"א דעם ערשטן ספר פונעם דריק ווי די רבי האט דאס באטראכט פאר א לענגערע צייט.
👁 582