בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

פרייטאגכ"ו אלול תשפ"א9/3/2021

באריכט
דינסטאג נצבים ג' סליחות בצל הקודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

ארום 5:45 איז רבינו שליט''א אריין געקומען צו אמירת סליחות בבית מדרשינו הגדול בוומסב"ג. בעל תפלה איז געווען הרה"ח ר' יודל ווערצבערגער הי"ו.

רבינו שליט"א האט געדאווענט שחרית בבנין התלמוד תורה 'בנין ישעי זאב לעוו' אינאיינעם מיט תלמידי כתה ט' מכינה לישיבה. פארן דאווענען האט רבינו שליט''א תפילין געלייגט פאר די פאלגענדע בר מצוה בחורים:
ב''ר אברהם שלמה האפפער הי''ו.
ב''ר יחיאל ארגעל הי''ו.
ב''ר ישראל משה בערקאוויטש הי''ו.

נאכן דאווענען זענען אריין בקודש פנימה בחדרו הפרטי די תלמידים המצטיינים פון כתה ח' וועלכע האבן זיך פארהערט די לימודים. רבינו שליט"א האט פארטיילט פרסים און געוואונטשן ברכות קדשו. אויך זענען אריין תלמידי כתה ט' מכינה לישיבה וואס האבן אריינגעברענגט גרעסערע סכומים לטובת המוסדות בימי פורים העעל"ט. רבינו שליט"א האט פארטיילט געבענטשטע מטבעות.

נאכדעם איז פארגעקומען א מסיבת לחיים אינאיינעם מיט תלמידי כתה ט' מכינה לישיבה. רבינו שליט"א האט געטרינקן לחיים און געוואונטשן פאר די בר מצוה בחורים די מרביצי תורה און די בחורים, און דערנאך משמיע געווען קורצע דברות קודש.

דערנאך איז רבינו שליט"א אראפגעגאנגען ביים פראכטפולען נייעם איבערגעבויעטן אולם פרענקל נדבת הרבני הנגיד ר' אביגדור פרענקל הי"ו ובנו הרבני הנגיד ר' יושע הי"ו. רבינו שליט"א האט קובע מזוזה געווען און מכבד געווען הגה"צ אבד"ק ור"מ וומסב"ג שליט"א און הרבני הנגיד ר' אביגדור פרענקל הי"ו צו קובע מזוזה זיין. דערנאך האט די רבי שליט''א געוואונטשן ברכות קדשו פאר די נדבנים ועסקנים, און זיך אומגעקוקט אויף די זאלן.

ורוח הקודש אומרת כן ירבה וכן יפרוץ

ארום 12:15 איז רבינו שליט''א - ווי שוין געמאלדן - אנגעקומען צום ''מעמד קביעת מזוזה ומסיבת לחיים'' פארן בנין הבית רחל בנין ריספלער החדש במוסדותינו הק' וויליאמסבורג, וועלכע איז בשעטו"מ געעפענט געווארן און אריין אין באנוץ נאך לאנגע יארן פון עגמת נפש. - זעהט באזונדערע באריכט ביי די פריערדיגע באריכטן -

אויף דערנאכט איז געווען זמני כניסה בקודש פנימה פאר אנ"ש תושבי וומסב"ג ווי יעדן דינסטאג. עס האבן געשטראמט נאכאנאנד א ריזן ציבור אנשי שלומינו פאר איבער 8 שעה, פון 4:30 נאכמיטאג ביז 12:45 אינמיטן די נאכט.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴▫️
👁 748