בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

זונטאגו' תשרי תשפ"ב9/12/2021

באריכט
המשך באריכט שב"ק פרשת וילך שבת שובה בצל הקודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א.

נאכמיטאג אום 6:00 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען אין ביהמ"ד הגדול צום דרשת שבת שובה, דער רבי שליט"א האט געמאכט א ברכה און זיך מתעטף געווען בטלית, און ארויף אויפן ארון קדוש און געזאגט א שטילע תפילה.

רבינו שליט"א האט אנגעהויבן די דרשה מיטן פסוק "שובה ישראל עד ה' אלוקיך" צום ערשט מיט א לענגערע פלפול אינעם סוגיא פון 'עד אחד נאמן באיסורין'. נאכדעם האט רבינו גערעדט דברי אגדה בעניני תשובה, אז אידן האבן א דין פון הקדש און ס'איז מפקיע מידי שיעבוד פון די יצר הרע. די נשמה איז באגלייבט צו זאגן עדות אויפן מענטש ווייל סאיז בידו ארויסצוגיין פון מעשי היצר דורך לימוד התורה.

דערנאך האט רבינו שליט''א משמיע געווען דברי מוסר והתחזקות שטייענדיגט בין כסא לעשור, און ארויסגעברענגט בשבח פונעם שטאט קרית יואל און אלע ענינים, און מעורר געווען אויף כמה ענינים אויף חיזוק בלימוד התורה ובעבודת התפילה, אויף צניעות ביי די עזרת נשים בעיקר די פירצה פון ביי האר בפרט אין קרית יואל באתרא דמר ווי די רבי שליט"א האט זיך אויסגעדריקט אז "די פעטער ז"ל איז א גברא דקפדנא פאר די וואס ברעכן די פירצה אין זיין הייליג שטאט". דער רבי שליט''א האט דערציילט א מעשה פון הרה"ק רבי מענדלע מרימנוב זי"ע, וואס האט געהייסן מאכן א פענסטער אויף זיין אוהל הק' צו קענען זיך אומקוקן און אפהיטן די שטאט, און געזאגט בזה''ל; "די פעטער ז"ל ליגט דא אין שטאט און האלט א עינא פקיחא אויפן שטאט, די אוהל פארמאגט א פענסטער.. והוי זהיר בגחלתן", אזוי אויך האט די רבי שליט''א ארומגערעדט איבער פארקויפן ערליכע ליין מאטריאל, זיין אפגעהיטן פון פגעי טעכנילאגיע, און איבער זיך האלטן צווישן ערליכע אידן אין די גרעניצן פון קרית יואל. ביים סוף פון די דברות קודש האט רבינו שליט"א געזאגט אז מען זאל מתפלל זיין אויף די גזירת החינוך אין ניו יארק אויף וואס מען דארף גרויס רחמי שמים, און אויף די גזירת הגיוס בארה"ק, און מסיים געווען בברכות קדשו.

נאך די דרשה האט רבינו שליט"א געזאגט קדיש, מען האט געענדיגט 7:15.

רעוא דרעוין

צו מנחה ושל"ש איז רבינו שליט''א אריינגעקומען 7:45, מנחה: הרה"ח ר' יושע מרדכי ווערצבערגער הי"ו, הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' מאיר עקיבא קריגער הי"ו, כהן: הרה"ג ר' יוסף שמואל פילאפף שליטא, לוי: הגה"צ ר' שמחה שלום שטיינבערגער שליט"א רב דביהמ"ד דברי חיים, שלישי: חדב"ן הגה"צ ר' העניך אשכנזי שליט"א רב דביהמ"ד אבני צדק, הגבה: רבינו שליט"א, גלילה: הרה"ח ר' אברהם שמואל וויינבערגער הי"ו.

זמירות ביי של"ש האט רבינו שליט"א מכבד געווען. אודה: הרה"ח ר' שלמה הערש עקשטיין הי"ו, שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.

מען האט געזונגען די נייע נגונים.

ביי די של''ס תורה האט זיך רבינו שליט"א געשטעלט אויפן פסוק אין די הפטורה "שובה ישראל עד ה' אלוקיך" און געטייטשט בדרך מוסר והתחזקות אז סאיז דא אין די ד' חילוקי כפרה, ווען מען קומט נאר אפ מיט יסורים. אבער אז מען איז עוסק בתורה קען מען דורך דעם יוצא זיין כאילו מען האט מקבל געווען די יסורים און עס העלפט תשובה אליין.

ידיד נפש: הרה"ח ר' ישראל הכהן לאנדא הי"ו, קל מסתתר: הרה"ח ר' שלמה קלאגסברוין הי''ו. דער רבי שליט''א האט געבענטשט אויפן כוס. מעריב מוצ"ש: משב"ק הרה"ח ר' יושע מענדלאוויטש הי"ו. נאך הבדלה איז מען אריבער זאגן א גוטע וואך, רבינו שליט"א האט זיך באדאנקט פאר די קאפעליע הקטנים עם הגדולים. מען האט געענדיגט 9:50.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️