בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

פרייטאגכ"ו מרחשון תשפ"א11/13/2020

באריכט
פארגאנגענעם דאנערשטאג פ' לך האט כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א קובע מזוזה געווען ביים בנין פונעם נייעם מקוה וואס איז געבויעט געווארן דורך הרבני הנגיד ר' אברהם יודא מאנדעל בגלילות קרית יואל
ווי די רבי האט זיך אומגעקוקט אויפ'ן כשרות המקוה, און געפראוועט א מסיבת לחיים און געווינטשען ברכת קדשו פאר'ן חשובן נדיב הי"ו

מאנטאג וירא האט די רבי זיך משתתף געווען ביים שבע ברכות פון די מחותנים הרה"צ יודא אלישע הורוויץ שליט"א רב דביהמ"ד אור החיים בן כ"ק גאב"ד דקהלתינו מאנטשעסטער שליט"א, און הרה"צ יוסף מרדכי וואגשאהל שליט"א ראה"כ ורב דביהמ"ד כולל ערב שבת חתן הגאון האדיר דומ"ץ ק"י שליט"א וועלכע איז פארגעקומען אין ישיבה קטנה סניף אבני צדק בהנהלת הר"ר חיים אליעזר דאווידאוויטש שליט"א -ווי די אבי החתן דינט אלץ מגי"ש
עס איז פארפירט געווארן א הערליכע שמועס בדברי תורה מיט הגה"צ הדומ"ץ שליט"א און הגה"צ ממאנטשעסטער שליט"א און זיך ארויסגעלאזט אין א מחול לצדיקים מיטן חתן און די זיידעס הגה"צ הדומ"ץ שליט"א און הגה"צ ממאנטשעסטער שליט"א.

דינסטאג וירא האט זיך די רבי באטייליגט ביים מסיבת שבע ברכות ביי נכד הרה"ח ר' הערשל שפיץ -בעל אכסניא פון רבין אין פאלם ספרינגס, עס איז פארפירט געווארן א שיינער שמועס, און די רבי האט אנגעוואונטשן פאר'ן חתן, מחותנים, און פאר'ן זיידן ר' הערשל הי"ו

דעם מוצ"ש וירא האט זיך די רבי באטייליגט ביים חנוכת הבית אינעם הויז פון הרה"ח ר' יודא ווייס מחשובי אנ"ש, ווי ר' יודא האט זיך אונטערגענומען א סכום נכבד פאר'ן נייעם מאיעסטעטישן דרום פליגל אין ביהמ"ד הגדול אין קרית יואל, דער רבי האט אונטערגעשריבן דעם שטר הסכם און געגעבן ברכת קדשו פאר'ן נדבן.
👁 254