בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

דאנערשטאגי"ז תשרי תשפ"ב9/23/2021

באריכט
מוצאי יו"ט - ליל א' דחוה"מ - אושפיזא דיעקב שלימתא בצל הקודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

רבינו שליט"א איז אריינגעקומען צום עריכת השלחן לכבוד די אושפיזא ושמחת בית השואבה אין די סוכה הגדולה ארום 11:30.

נאכ'ן זאגן דעם סדר האושפיזין האט זיך רבינו שליט"א געוואשן צו די סעודת יו"ט.

די בעלי אושפיזא האבן געשטעלט וויין כנהוג. נאך די יום טוב'דיגע מאכלים האט מען אויף געגעבן עטליכע ספעציעלע קוגלן און מעדנים לכבוד יום טוב פון עטליכע בעלי אושפיזא, דער רבי האט טועם געווען און פארטיילט שריים.

מיט די שיר המעלות האט דער רבי מכבד געווען ווי פאלגענד:
הרה"ג ר' חיים אשכנזי שליט"א חתן הגה"צ אב"ד קהלתינו מאנטריאל שליט"א.
הרה"ג ר' זלמן לייב רובין שליט"א אב"ד דינוב מאנסי ור"מ בישיבתינו הק'.
הגה"צ ר' חיים יוסף ווערצבערגער שליט"א אב"ד הוניאד.
הגה"צ ר' שמחה שלום שטיינבערגער שליט"א רב דביהמ"ד דברי חיים.

רבינו שליטא האט געזאגט תורה אויפן פסוק "ויצא יעקב מבאר שבע וילך חרנה" און געטייטשט אז דורך די ד מינים קען מען צוקומען צו תשובה מאהבה.

ביים סוף פון די דב"ק האט רבינו שליט"א מעורר געווען איבער דעם מנהג וואס ס'איז דא וואס פירן זיך אזוי ווי רביה"ק הברך משה זי''ע האט זיך געפירט צו קויפן פאר די בחורים און קינדער א אייגענע ד' מינים זאל מען נזהר זיין נאר קויפן אויב עס איז כשר לכתחילה און נישט זוכן צו קויפן פאר ביליג, אז נישט קען עס ח"ו זיין יצא שכרו בהפסדו.

(מען קען הערן די דב"ק ביי די פריערדיגע מעלדונגען)

ברהמ"ז: הגה"צ אב"ד קהלתינו וומסב"ג שליט"א. נאכן בענטשן האט מען געטאנצן לכבוד שמחת בית השואבה מען האט געענדיגט ארום 1:10.

יום א' דחוה"מ

רבינו שליט"א איז אריינגעקומען צו שחרית בבית מדרשינו הגדול בקר"י ארום 10:05. בעל תפילה איז געווען הרה"ח ר' אלחנן טויב הי"ו.

רבינו שליט"א איז צוגעגאנגען צו הלל און אפגעראכטן זיין עבודת הקודש בעת די נענועים מיט גרויס ברען און התעוררות, און דערנאך פארגעזאגט די הושענות. מיט פתיחה איז מכובד געווארן הרה"ח ר' דוד שמעון פראמאוויטש הי"ו.

ביים ליינען זענען נתכבד געווארן. כהן: נכד רבינו הרב נחמן כהנא חתן הגה"צ ר' ברוך שליט"א חדב"ן, לוי: הרה"ג ר' יוסף משה אונגאר שליט"א (מאנסי), שלישי: הרה"צ ר' חיים אלעזר ווייס שליט"א אב"ד חמעלניק מאנסי, רביעי: רבינו שליט"א. הגבה: הגה"צ ר' יואל שליט"א רב דביהמ"ד בית ברוך, גלילה: הרה"ח ר' ציון עבדי' מאסרי הי"ו.

מוסף: הגה"צ אב"ד קהלתינו וומסב"ג שליט"א.

נאכמיטאג איז ארויסגעקומען כ"ק אדמו"ר מבית יצחק דספינקא שליט"א אויף א ביקור חג ביי רבינו שליט"א אין די פריוואטע סוכה שע"י ביתו נאוה קודש. עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס בדברי תורה וחסידות ובעניני החג, דערנאך האט אים רבינו שליט"א ארויסבאגלייט ביז די גאס.

דערנאך האט רבינו שליט"א משמיע געווען קורצע ברכות קודש דורך א לייוו הוק-אפ פאר אנשי שלומינו אין בני ברק, ביי די סעודת אושפיזא דמשה רעיא מהימנא, ושמחת בית השואבה, אין די סוכה הגדולה דקהלתינו הק' אין שיכון.

אויך האט רבינו שליט"א טעלעפאניש מבקר חולה געווען הגאון הצדיק גאב"ד פריימאן שליט"א וועלכער איז נארוואס אהיים געקומען פון שפיטאל און ערהוילט זיך פון א עקסידענט ה"י, דער רבי האט זיך פאראינטערעסירט אין זיין מצב הבריאות און האט אים דערביי געוואונטשן א ברכת רפואה שלימה, אריכת ימים ושנים וגמח"ט.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
👁 947